Page 33 - Thilim
P. 33

‫תּהלים‬

                           ‫‪ 6‬װאָרום אַ רגע איז ז ַײן צאָרן‪,‬‬
                                 ‫אַ לעבן ז ַײן גוטװיליקײט‪.‬‬

                             ‫איבער נאַכט בל ַײבט געװײן‪,‬‬
                              ‫און פֿרימאָרגנס איז געזאַנג‪.‬‬

        ‫‪ 7‬און איך האָב געװעסט געזאָגט אין מ ַײן ַשלוה‪:‬‬
                        ‫איך װעל ניט אומפֿאַלן קײן מאָל‪.‬‬
                             ‫‪ 8‬אין ד ַײן גוטװיליקײט‪ ,‬גאָט‪,‬‬

      ‫האָסטו געהאַט אױפֿגעשטעלט פֿעסט מ ַײן באַרג –‬
                             ‫האָסטו פֿאַרבאָרגן ד ַײן פּנים‪,‬‬

                         ‫און איך בין דערשראָקן געװאָרן‪.‬‬
                           ‫‪ 9‬צו דיר‪ ,‬גאָט‪ ,‬פֿלעג איך רופֿן‪,‬‬
                             ‫און צו גאָט פֿלעג איך בעטן‪:‬‬

                   ‫‪„ 10‬װאָסער געװין איז אין מ ַײן בלוט‪,‬‬
                            ‫אַז איך װעל נידערן אין גרוב?‬
                               ‫קען דיך לױבן דער שטױב?‬
                             ‫קען ער דערצײלן ד ַײן אמת?‬

                        ‫‪ 11‬הער‪ ,‬גאָט‪ ,‬און ל ַײטזעליק מיך‪,‬‬
                                ‫גאָט‪ ,‬ז ַײ מיר אַ העלפֿער‪”.‬‬

         ‫‪ 12‬האָסטו מיר פֿאַרקערט מ ַײן קלאָג אין טאַנץ‪,‬‬
                        ‫האָסט אָפּגעבונדן מ ַײן זאַקקלײד‪,‬‬
                            ‫און מיך אָנגעגורט מיט פֿרײד;‬

     ‫‪ 13‬דרום װעט דיך באַזינגען די זעל‪ ,‬און ניט שװ ַײגן‪.‬‬
            ‫יהוה מ ַײן גאָט‪ ,‬אײביק װעל איך דיר דאַנקען‪.‬‬

‫‪ 1‬פֿאַר דעם געזאַנגמ ַײסטער; אַ מזמור פֿון ָד ִודן‪.‬‬

     ‫‪ 2‬אין דיר‪ ,‬גאָט‪ ,‬טו איך מיך שיצן‪,‬לא‬
                  ‫לאָמיך ניט פֿאַרשעמט װערן קײן מאָל;‬
               ‫אין ד ַײן גערעכטיקײט מאַך מיך אַנטרינען‪.‬‬

                              ‫‪ 3‬נ ַײג צו ד ַײן אױער צו מיר‪,‬‬
                                  ‫ז ַײ מיך מציל געשװינט;‬

                     ‫ז ַײ מיר פֿאַר אַ פֿעלדז פֿון באַשיצונג‪,‬‬
                 ‫פֿאַר אַ באַפֿעסטיקט הױז מיך צו העלפֿן‪.‬‬
        ‫‪ 4‬װאָרום דו ביסט מ ַײן פֿעלדז און מ ַײן פֿעסטונג‪,‬‬
   28   29   30   31   32   33   34   35   36   37   38