Page 32 - Thilim
P. 32

‫תּהלים‬

              ‫‪ 1‬אַ מזמור פֿון ָד ִודן‪.‬כט‬

                            ‫גיט צו יהוה‪ ,‬איר מאַכטיקע‪,‬‬
                               ‫גיט צו יהוה כּבֿוד און שטאַרקײט‪,‬‬

                         ‫‪ 2‬גיט צו יהוה דעם כּבֿוד פֿון ז ַײן נאָמען‪,‬‬
                           ‫בוקט זיך צו יהוה מיט הײליקן אָפּש ַײ‪.‬‬

                       ‫‪ 3‬דער ָקול פֿון יהוה איז אױף די װאַסערן‪,‬‬
                                ‫דער גאָט פֿון פּראַכט טוט דונערן‪,‬‬
                                    ‫יהוה – אױף װאַסערן גרױסע‪.‬‬

                             ‫‪ 4‬דער ָקול פֿון יהוה איז מיט מאַכט‪,‬‬
                            ‫דער ָקול פֿון יהוה איז מיט שײנקײט‪,‬‬
                          ‫‪ 5‬דער ָקול פֿון יהוה צעברעכט צעדערן‪,‬‬
                        ‫און יהוה צעברעכט די צעדערן פֿון לבֿנון‪.‬‬
                       ‫‪ 6‬און ער מאַכט זײ שפּרינגען װי אַ קאַלב‪,‬‬
                             ‫לבֿנון און ִשׂריון‪ ,‬װי אַ יונג װיזלטיר‪.‬‬
                ‫‪ 7‬דער ָקול פֿון יהוה האַקט אױס פֿלאַמען פֿ ַײער‪.‬‬
                  ‫‪ 8‬דער ָקול פֿון יהוה מאַכט ציטערן דעם מדבר‪,‬‬
                        ‫יהוה מאַכט ציטערן דעם מדבר פֿון ָק ֵדש‪.‬‬
                      ‫‪ 9‬דער ָקול פֿון יהוה מאַכט הינדינס געבערן‬

                                     ‫און טוט װעלדער אַנטבלױזן;‬
                ‫און אין ז ַײן טעמפּל זאָגט איטלעכער‪ :‬פּראַכטיק!‬

                              ‫‪ 10‬יהוה האָט ב ַײם מבול געטראָנט‪,‬‬
                         ‫און יהוה טראָנט װי אַ מלך אױף אײביק‪.‬‬
                        ‫‪ 11‬יהוה װעט ז ַײן פֿאָלק געבן שטאַרקײט‪,‬‬
                        ‫יהוה װעט בענטשן ז ַײן פֿאָלק מיט שלום‪.‬‬

‫‪ 1‬אַ מזמור; אַ געזאַנג צו דער באַנ ַײונג פֿון טעמפּל פֿון ָד ִודן‪.‬‬

‫‪ 2‬איך דערהײב דיך‪ ,‬גאָט‪ ,‬װאָרום האָסט מיך אױפֿגעריכט‪,‬ל‬
                      ‫און ניט דערפֿרײט מ ַײנע פֿ ַײנט איבער מיר‪.‬‬
                                                 ‫‪ 3‬יהוה מ ַײן גאָט‪,‬‬
             ‫איך האָב געשר ִיען צו דיר‪ ,‬און האָסט מיך געהײלט‪.‬‬
        ‫‪ 4‬גאָט‪ ,‬האָסט אַרױפֿגעבראַכט פֿון אונטערערד מ ַײן זעל‪,‬‬
         ‫האָסט מיך אױפֿגעלעבט‪ ,‬איך זאָל ניט נידערן אין גרוב‪.‬‬
                                    ‫‪ 5‬זינגט צו גאָט‪ ,‬ז ַײנע פֿרומע‪,‬‬
                           ‫און דאַנקט ז ַײן הײליקער געדעכעניש‪.‬‬
   27   28   29   30   31   32   33   34   35   36   37