Page 27 - Thilim
P. 27

‫תּהלים‬

                         ‫גאָט דער שטאַרקער און דער ִגבור‪,‬‬
                                 ‫גאָט דער ִגבור פֿון מלחמה‪.‬‬

                   ‫‪ 9‬הײבט אױף‪ ,‬איר טױערן‪ ,‬א ַײערע קעפּ‪,‬‬
                        ‫און הײבט אױף‪ ,‬איר אײביקע טירן‪,‬‬

                   ‫און זאָל אַר ַײנגײן דער קיניג פֿון פּראַכט‪.‬‬
                        ‫‪ 10‬װער איז דער קיניג פֿון פּראַכט?‬

      ‫גאָט פֿון צבֿאות‪ ,‬ער איז דער קיניג פֿון פּראַכט‪ֶ .‬ס ָלה‪.‬‬

               ‫‪ 1‬פֿון ָדִודן‪.‬כה‬

              ‫צו דיר‪ ,‬גאָט‪ ,‬הײב איך אױף מ ַײן זעל‪.‬‬
                  ‫‪ 2‬מ ַײן גאָט‪ ,‬אױף דיר פֿאַרזיכער איך מיך‪,‬‬
                               ‫לאָמיך ניט פֿאַרשעמט װערן‪,‬‬
                    ‫זאָלן ניט קװעלן אױף מיר מ ַײנע פֿ ַײנט‪.‬‬

‫‪ 3‬יאָ‪ ,‬אַלע װאָס האָפֿן אױף דיר זאָלן ניט פֿאַרשעמט װערן;‬
     ‫פֿאַרשעמט װערן זאָלן די װאָס פֿעלשן פֿאַר גאָרנישט‪.‬‬
                         ‫‪ 4‬ד ַײנע װעגן‪ ,‬גאָט‪ ,‬מאַך מיך װיסן‪,‬‬
                                     ‫ד ַײנע שטעגן לערן מיך‪.‬‬
                    ‫‪ 5‬פֿיר מיך אין ד ַײן אמת‪ ,‬און לערן מיך‪,‬‬
                  ‫װאָרום דו ביסט דער גאָט פֿון מ ַײן הילף;‬
                   ‫צו דיר האָב איך געהאָפֿט אַ גאַנצן טאָג‪.‬‬
      ‫‪ 6‬דערמאָן‪ ,‬גאָט‪ ,‬ד ַײן דערבאַרימונג און ד ַײנע חסדים‪,‬‬
                            ‫װאָרום זײ ז ַײנען פֿון אײביק אָן‪.‬‬

 ‫‪ 7‬די זינד פֿון מ ַײן יוגנט און מ ַײנע פֿאַרברעכן זאָלסטו ניט‬
                                                  ‫דערמאָנען;‬

                      ‫לױט ד ַײן ֶחסד דערמאָן זיך דו אָן מיר‪,‬‬
                              ‫פֿון װעגן ד ַײן גוטסקײט‪ ,‬גאָט‪.‬‬

                          ‫‪ 8‬גוט און רעכטפֿאַרטיק איז גאָט‪,‬‬
                       ‫דרום װ ַײזט ער די זינדיקע דעם װעג‪.‬‬
                   ‫‪ 9‬ער פֿירט די שטילע אין גערעכטיקײט‪,‬‬

                             ‫און לערנט די שטילע ז ַײן װעג‪.‬‬
          ‫‪ 10‬אַלע װעגן פֿון גאָט ז ַײנען ֶחסד און טר ַײשאַפֿט‬

                ‫צו די װאָס היטן ז ַײן בונד און ז ַײנע אָנזאָגן‪.‬‬
                              ‫‪ 11‬פֿון װעגן ד ַײן נאָמען‪ ,‬גאָט‪,‬‬
   22   23   24   25   26   27   28   29   30   31   32