Page 23 - Thilim
P. 23

‫תּהלים‬

                      ‫דערפֿרײסט אים מיט ִשׂמחה פֿאַר ד ַײן פּנים‪.‬‬
                     ‫‪ 8‬װאָרום דער מלך פֿאַרזיכערט זיך אױף גאָט‪,‬‬
       ‫און דורך דעם ֶחסד פֿון אױבערשטן װעט ער ניט אומפֿאַלן‪.‬‬
                    ‫‪ 9‬ד ַײן האַנט װעט דערגרײכן אַלע ד ַײנע פֿ ַײנט‪,‬‬

                        ‫ד ַײן רעכטע װעט דערגרײכן ד ַײנע ָשׂונאים‪.‬‬
     ‫‪ 10‬װעסט זײ מאַכן װי אַ פֿ ַײעראױװן אין צ ַײט פֿון ד ַײן צאָרן;‬

                           ‫גאָט װעט זײ אומברענגען אין ז ַײן כּעס‪,‬‬
                                    ‫און אַ פֿ ַײער װעט זײ פֿאַרצערן‪.‬‬

           ‫‪ 11‬זײער פֿרוכט װעסטו אונטערברענגען פֿון דער ערד‪,‬‬
                             ‫און זײער זאָמען פֿון מענטשנקינדער‪.‬‬

                ‫‪ 12‬װאָרום זײ האָבן אָנגעצױגן שלעכטס קעגן דיר;‬
     ‫זײ האָבן געטראַכט בײזע געדאַנקען‪ ,‬װעלן זײ ניט אױספֿירן‪.‬‬

                   ‫‪ 13‬װאָרום װעסט זײ מאַכן אומקערן דעם רוקן‪,‬‬
             ‫מיט ד ַײנע בױגנשטריק װעסטו צילן אױף זײער פּנים‪.‬‬

                        ‫‪ 14‬דערהײב דיך‪ ,‬גאָט‪ ,‬אין ד ַײן שטאַרקײט;‬
                             ‫מיר װעלן זינגען און לױבן ד ַײן גבֿורה‪.‬‬

‫‪ 1‬פֿאַר דעם געזאַנגמ ַײסטער; אױף אילת‪-‬השחר‪ .‬אַ מזמור‬

                   ‫פֿון ָדִודן‪.‬כב‬

          ‫‪ 2‬מ ַײן גאָט‪ ,‬מ ַײן גאָט‪ ,‬פֿאַר װאָס האָסטו מיך פֿאַרלאָזן?‬
           ‫װ ַײט פֿון מ ַײן הילף ז ַײנען די װערטער פֿון מ ַײן געשרײ‪.‬‬
             ‫‪ 3‬מ ַײן גאָט‪ ,‬איך רוף ב ַײ טאָג‪ ,‬און דו ענטפֿערסט ניט‪,‬‬

                 ‫און ב ַײ נאַכט – און ניטאָ קײן שטילונג פֿאַר מיר‪.‬‬
                                    ‫‪ 4‬דו ביסט דאָך דער הײליקער‪,‬‬

                   ‫װאָס טראָנט אױף די לױבגעזאַנגען פֿון ישׂראל‪.‬‬
             ‫‪ 5‬אױף דיר האָבן זיך פֿאַרזיכערט אונדזערע עלטערן‪,‬‬

                       ‫זיך פֿאַרזיכערט‪ ,‬און דו האָסט זײ דערלײזט‪.‬‬
               ‫‪ 6‬צו דיר האָבן זײ געשרִיען‪ ,‬און אַנטרונען געװאָרן‪,‬‬
            ‫אױף דיר זיך פֿאַרזיכערט‪ ,‬און ניט פֿאַרשעמט געװאָרן‪.‬‬

                  ‫‪ 7‬אָבער איך בין אַ װאָרעם און ניט קײן מענטש‪,‬‬
                       ‫אַ חרפּה פֿאַר ל ַײט‪ ,‬און פֿאַראַכט פֿון פֿאָלק‪.‬‬
                              ‫‪ 8‬אַלע װאָס זעען מיך‪ ,‬לאַכן פֿון מיר‪,‬‬

                    ‫זײ צ ִיען מיט דער ליפּ‪ ,‬זײ שאָקלען דעם קאָפּ‪:‬‬
   18   19   20   21   22   23   24   25   26   27   28