Page 38 - Thilim
P. 38

‫תּהלים‬

                                      ‫אױף די װאָס האָפֿן צו ז ַײן ֶחסד‪,‬‬
                                  ‫‪ 19‬מציל צו ז ַײן פֿון טױט זײער זעל‪,‬‬

                                    ‫און זײ צו דערהאַלטן אין הונגער‪.‬‬
                            ‫‪ 20‬אונדזער זעל האָט געהאַרט אױף גאָט‪,‬‬
                            ‫אונדזער הילף און אונדזער שילד איז ער‪.‬‬
                       ‫‪ 21‬װאָרום מיט אים פֿרײט זיך אונדזער האַרץ‪,‬‬
          ‫װאָרום אױף ז ַײן הײליקן נאָמען האָבן מיר זיך פֿאַרזיכערט‪.‬‬

                              ‫‪ 22‬זאָל ד ַײן ֶחסד‪ ,‬גאָט‪ ,‬ז ַײן אױף אונדז‪,‬‬
                                   ‫אַזױ װי מיר האָבן געהאָפֿט צו דיר‪.‬‬

‫‪ 1‬פֿון ָד ִודן; װען ער האָט געביטן ז ַײן שׂכל פֿאַר אַבֿי ֶמ ֶלכן‪ ,‬און‬

    ‫ער האָט אים אַרױסגעטריבן‪ ,‬און ער איז אַװעק‪.‬לד‬
                             ‫‪ 2‬איך בענטש גאָט אין יעטװעדער צ ַײט‪,‬‬
                                     ‫תּמיד איז ז ַײן לױב אין מ ַײן מױל‪.‬‬
                                       ‫‪ 3‬מיט גאָט רימט זיך מ ַײן זעל;‬
                             ‫די געדריקטע װעלן הערן און זיך פֿרײען‪.‬‬
                                              ‫‪ 4‬גרײסט גאָט מיט מיר‪,‬‬
                         ‫און לאָמיר דערהײבן ז ַײן נאָמען אין אײנעם‪.‬‬
             ‫‪ 5‬איך האָב געזוכט גאָט‪ ,‬און ער האָט מיר געענטפֿערט‪,‬‬
          ‫און פֿון אַלע מ ַײנע שרעקענישן האָט ער מיך מציל געװען‪.‬‬

                 ‫‪ 6‬זײ האָבן געקוקט צו אים‪ ,‬און האָבן אױפֿגעלוכטן‪,‬‬
                      ‫און זײערע פּנימער װעלן ניט פֿאַרשעמט װערן‪.‬‬

           ‫‪ 7‬אָט האָט אַן אָרימאַן גערופֿן‪ ,‬און גאָט האָט צוגעהערט‪,‬‬
                              ‫און פֿון אַלע ז ַײנע צרות אים געהאָלפֿן‪.‬‬

                ‫‪ 8‬דער מלאך פֿון גאָט לאַגערט אַרום ז ַײנע פֿאָרכטער‪,‬‬
                                              ‫און ער טוט זײ דערלײזן‪.‬‬

                               ‫‪ 9‬באַטראַכט און זעט אַז גאָט איז גוט;‬
                           ‫װױל צו דעם מאַן װאָס שיצט זיך אין אים‪.‬‬

                                  ‫‪ 10‬פֿאָרכט גאָט‪ ,‬איר ז ַײנע הײליקע‪,‬‬
                              ‫װאָרום ז ַײנע פֿאָרכטער װעט ניט פֿעלן‪.‬‬

                                       ‫‪ 11‬יונגלײבן דאַרן און הונגערן‪,‬‬
                          ‫אָבער די װאָס זוכן גאָט פֿעלט ניט ָכּל‪-‬טובֿ‪.‬‬

                                     ‫‪ 12‬קומט‪ ,‬קינדער‪ ,‬הערט מיר צו‪,‬‬
                               ‫מורא פֿאַר גאָט װעל איך א ַײך לערנען‪.‬‬
   33   34   35   36   37   38   39   40   41   42   43