Page 39 - Thilim
P. 39

‫תּהלים‬

                        ‫‪ 13‬װער נאָר אַ מאַן װאָס װיל לעבן‪,‬‬
                               ‫װאָס גאַרט טעג צו זען גוטס‪,‬‬

                             ‫‪ 14‬היט ד ַײן צונג פֿון שלעכטס‪,‬‬
                           ‫און ד ַײנע ליפּן פֿון רעדן באַטרוג‪.‬‬
                 ‫‪ 15‬קער זיך אָפּ פֿון שלעכטס‪ ,‬און טו גוטס‪,‬‬

                             ‫זוך שלום און יאָג זיך נאָך אים‪.‬‬
                ‫‪ 16‬די אױגן פֿון גאָט ז ַײנען אױף די צדיקים‪,‬‬

                        ‫און ז ַײנע אױערן אױף זײער געשרײ‪.‬‬
          ‫‪ 17‬דער פּנים פֿון גאָט איז קעגן די שלעכטסטוער‪.‬‬

              ‫צו פֿאַרשנ ַײדן פֿון דער ערד זײער געדעכעניש‪.‬‬
        ‫‪ 18‬זײ האָבן געשר ִיען‪ ,‬און גאָט האָט זײ צוגעהערט‪,‬‬

                 ‫און פֿון אַלע זײערע צרות זײ מציל געװען‪.‬‬
             ‫‪ 19‬גאָט איז נאָנט צו די צעבראָכענע הערצער‪,‬‬
             ‫און די דערשלאָגענע געמיטער טוט ער העלפֿן‪.‬‬

                        ‫‪ 20‬פֿיל ז ַײנען די אומגליקן פֿון צדיק‪,‬‬
                ‫אָבער פֿון זײ אַלע װעט אים מציל ז ַײן גאָט‪.‬‬

                           ‫‪ 21‬ער היט אָפּ אַלע ז ַײנע בײנער‪,‬‬
                  ‫ניט אַן אײנציקער פֿון זײ װערט צעבראָכן‪.‬‬

                         ‫‪ 22‬דעם ָרשע װעט טײטן דאָס בײז‪,‬‬
            ‫און די ָשׂונאים פֿון צדיק װעלן פֿאַרװיסט װערן‪.‬‬

                ‫‪ 23‬גאָט לײזט אױס די זעל פֿון ז ַײנע קנעכט‪,‬‬
‫און ניט פֿאַרװיסט װערן װעלן אַלע װאָס שיצן זיך אין אים‪.‬‬

               ‫‪ 1‬פֿון ָדִודן‪.‬לה‬

                     ‫קריג‪ ,‬גאָט‪ ,‬מיט מ ַײנע קריגער‪,‬‬
                             ‫שטר ַײט מיט מ ַײנע שטר ַײטער‪.‬‬

                          ‫‪ 2‬נעם אָן אַ שילד און אַ פּאַנצער‪,‬‬
                                ‫און שטײ אױף מיר צו הילף‪.‬‬

                     ‫‪ 3‬און צי אַרױס דעם שפּיז און די האַק‬
                                    ‫אַקעגן מ ַײנע נאָכיאָגער;‬
                                             ‫זאָג צו מ ַײן זעל‪:‬‬
                                         ‫ד ַײן ישועה בין איך‪.‬‬

                      ‫‪ 4‬זאָלן פֿאַרשעמט און צו שאַנד װערן‬
                                     ‫די װאָס זוכן מ ַײן לעבן;‬
   34   35   36   37   38   39   40   41   42   43   44