Page 44 - Thilim
P. 44
תּהלים
צו שעכטן די װאָס זײער װעג איז גל ַײך.
15װעט זײער שװערד אַר ַײן אין זײער האַרצן,
און זײערע בױגנס װעלן צעבראָכן װערן.
16בעסער דאָס ביסל ב ַײם צדיק,
אײדער די שפֿע פֿון פֿיל ר ָשעים.
17װאָרום די אָרעמס פֿון די ר ָשעים װעלן צעבראָכן װערן,
אָבער די צדיקים לענט אונטער גאָט.
18גאָט מערקט די טעג פֿון די אומשולדיקע,
און זײער אַרב װעט ז ַײן אױף אײביק.
19זײ װעלן ניט פֿאַרשעמט װערן אין צ ַײט פֿון בײז,
און אין טעג פֿון הונגער װעלן זײ זאַט ז ַײן.
20װאָרום די ר ָשעים װעלן אונטערגײן,
און די פֿ ַײנט פֿון גאָט אַזױ װי שװערע לעמער;
זײ פֿאַרגײען ,אין רױך פֿאַרגײען זײ.
21דער ָרשע ל ַײט און באַצאָלט ניט,
און דער צדיק ל ַײטזעליקט און גיט.
22װאָרום ז ַײנע געבענטשטע אַרבן דאָס לאַנד,
און ז ַײנע פֿאַרשאָלטענע װערן פֿאַרשניטן.
23פֿון גאָט װערן אָנגעשטעלט די טריט פֿון מענטשן,
און ער באַװיליקט ז ַײן װעג.
24אַז ער פֿאַלט ,בל ַײבט ער ניט ליגן,
װאָרום גאָט לענט אונטער ז ַײן האַנט.
25איך בין יונג געװען און בין אַלט געװאָרן,
און איך האָב ניט געזען אַ צדיק פֿאַרלאָזן,
און ז ַײן זאָמען בעטלענדיק ברױט.
26אַ גאַנצן טאָג איז ער ל ַײטזעליק און אַנטל ַײט,
און ז ַײן זאָמען איז אַ בענטשונג.
27קער זיך אָפּ פֿון שלעכטס ,און טו גוטס,
און בל ַײב רוען אױף אײביק.
28װאָרום גאָט האָט ליב גערעכטיקײט,