Page 48 - Thilim
P. 48
תּהלים
7בלױז װי אַן אָפּדוכט גײט אום דער מענטש,
בלױז אומנישט טומלען זײ;
ער קל ַײבט ,און ער װײס ניט װער דאָס װעט א ַײנזאַמלען.
8און אַצונד ,װאָס זאָל איך האָפֿן ,גאָט?
מ ַײן אױסקוק ,ער איז אױף דיר.
9ז ַײ מיך מציל פֿון אַלע מ ַײנע פֿאַרברעכן;
זאָלסט מיך ניט מאַכן צום שפּאָט פֿון דעם נידערטרעכטיקן.
10איך בין שטום ,איך עפֿן ניט מ ַײן מױל,
װאָרום דו האָסט עס געטאָן.
11טו אָפּ פֿון מיר ד ַײן פּלאָג,
פֿון דעם שטר ַײט פֿון ד ַײן האַנט װער איך פֿאַרלענדט.
12װאָלסטו מיט שטראָפֿרײד געמוסרט דעם מענטשן פֿאַר זינד!
אָבער מאַכסט צעקריכן װי מאָיל ז ַײן שײנקײט.
בלױז אַ הױך איז איטלעכער מענטשֶ .ס ָלה.
13הער צו מ ַײן תּפֿילה ,גאָט ,און מ ַײן געשרײ פֿאַרנעם;
אױף מ ַײן טרער זאָלסטו ניט שװ ַײגן;
װאָרום אַ פֿרעמדער בין איך ב ַײ דיר,
אַן א ַײנגעװאַנדערטער װי אַלע מ ַײנע עלטערן.
14קוק אַװעק פֿון מיר ,און לאָמיך זיך אױפֿמונטערן,
אײדער איך װעל אַװעקגײן און מער ניט ז ַײן.
1פֿאַר דעם געזאַנגמ ַײסטער; פֿון ָד ִודן אַ מיזמור.
2האָפֿן געהאָפֿט האָב איך אױף גאָט,מ
און ער האָט זיך גענ ַײגט צו מיר ,און צוגעהערט מ ַײן געשרײ.
3און ער האָט מיך אַרױפֿגעבראַכט פֿון דער װיסטער גרוב,
פֿון דעם זומפּיקן לײם,
און ער האָט געשטעלט אױף אַ פֿעלדז מ ַײנע פֿיס,
ער האָט באַפֿעסטיקט מ ַײנע טריט.
4און ער האָט געגעבן אין מ ַײן מױל אַ נ ַײ געזאַנג,
אַ לױב צו אונדזער גאָט.
פֿיל װעלן זען און װעלן פֿאָרכטן,
און װעלן זיך פֿאַרזיכערן אױף גאָט.