Page 45 - Thilim
P. 45
תּהלים
און פֿאַרלאָזט ניט ז ַײנע פֿרומע;
אײביק װערן זײ אָפּגעהיט,
אָבער דער זאָמען פֿון די ר ָשעים װערט פֿאַרשניטן.
29די צדיקים װעלן אַרבן דאָס לאַנד,
און װעלן װױנען דערױף שטענדיק.
30דאָס מױל פֿון דעם צדיק לאָזט אַרױס חכמה,
און ז ַײן צונג רעדט גערעכטיקײט.
31די תּורה פֿון ז ַײן גאָט איז אין ז ַײן האַרצן,
ז ַײנע טריט גליטשן זיך ניט אױס.
32דער ָרשע קוקט אױס אױפֿן צדיק,
און זוכט אים צו טײטן.
33גאָט װעט אים ניט איבערלאָזן אין ז ַײן האַנט,
און ניט לאָזן אים שולדיק מאַכן ,אַז ער װערט געמשפּט.
34האָף צו גאָט ,און היט ז ַײן װעג,
און ער װעט דיך דערהײבן צו אַרבן דאָס לאַנד;
װעסט צוזען װי די ר ָשעים װערן פֿאַרשניטן.
35איך האָב געזען דעם ָרשע מאַכטיק,
און צעשפּרײט װי אַ צװ ַײגהאַפֿטיקער אַלטגעזעסענער בױם;
36אָבער מע איז פֿאַרב ַײגעגאַנגען,
ערשט ער איז ניטאָ,
און איך האָב אים געזוכט,
און ער איז ניט געװען צו געפֿינען.
37באַטראַכט דעם אומשולדיקן ,און זע דעם רעכטפֿאַרטיקן,
אַז דער ָסוף פֿון איטלעכן איז אַ גליקלעכער.
38און די פֿאַרברעכער װערן פֿאַרטיליקט אין אײנעם,
דער ָסוף פֿון די ר ָשעים װערט פֿאַרשניטן.
39אָבער די הילף פֿון די צדיקים איז פֿון גאָט,
זײער פֿעסטונג אין צ ַײט פֿון נױט.
40און גאָט שטײט זײ ב ַײ ,און מאַכט זײ אַנטרינען,
ער מאַכט זײ אַנטרינען פֿון די ר ָשעים ,און העלפֿט זײ,
װ ַײל זײ האָבן זיך געשיצט אין אים.