Page 51 - Thilim
P. 51

‫תּהלים‬

             ‫דער װאָס עסט מ ַײן ברױט‪ ,‬הײבט אױף אַ פֿוס אױף מיר‪.‬‬
                ‫‪ 11‬אָבער דו גאָט ל ַײטזעליק מיך‪ ,‬און ריכט מיך אױף‪,‬‬
                                                ‫און לאָמיך זײ אָפּצאָלן‪.‬‬
                      ‫‪ 12‬דערמיט װעל איך װיסן אַז דו באַגערסט מיך‪,‬‬
                          ‫װאָס ניט שאַלן װעט מ ַײן פֿ ַײנט איבער מיר‪.‬‬

          ‫‪ 13‬און איך – אין מ ַײן ערלעכקײט װעסטו מיך אױפֿהאַלטן‪,‬‬
                         ‫און װעסטו מיך לאָזן שטײן פֿאַר דיר אײביק‪.‬‬

                            ‫‪ 14‬געלױבט איז יהוה דער גאָט פֿון ישׂראל‬
                                            ‫פֿון אײביק און ביז אײביק‪.‬‬
                                                         ‫אָמן און אָמן!‬

             ‫צװײטער ֵספֿר‬

‫‪ 1‬פֿאַר דעם געזאַנגמ ַײסטער; אַ באַטראַכטונג פֿון די קינדער‬

                    ‫פֿון קֹ ַרח‪.‬מב‬

                               ‫‪ 2‬װי אַ הינד לעכצט נאָך בעכן װאַסער‪,‬‬
                                  ‫אַזױ לעכצט מ ַײן זעל נאָך דיר‪ ,‬גאָט‪.‬‬
                                    ‫‪ 3‬מ ַײן זעל טוט דאָרשטן נאָך גאָט‪,‬‬
                                             ‫נאָך דעם לעבעדיקן גאָט‪:‬‬
                                                  ‫װען װעל איך קומען‪,‬‬
                                               ‫און זיך װ ַײזן פֿאַר גאָט?‬
                                              ‫‪ 4‬מ ַײן טרער איז געװאָרן‬
                                            ‫מ ַײן שפּ ַײז טאָג און נאַכט‪,‬‬
                                       ‫אַז מע זאָגט מיר אַ גאַנצן טאָג‪:‬‬
                                                    ‫אַװוּ איז ד ַײן גאָט?‬
                                             ‫‪ 5‬דאָס טו איך דערמאָנען‪,‬‬
                                       ‫און גיס אױס מ ַײן זעל אין מיר‪:‬‬
                                  ‫װי איך פֿלעג דורכגײן מיט אַן עולם‪,‬‬
                                            ‫זײ פֿירן צום הױז פֿון גאָט‪,‬‬
                                      ‫מיט אַ ָקול פֿון געזאַנג און לױב‪,‬‬
                                                ‫אַ יום‪-‬טובֿדיק געזעמל‪.‬‬
   46   47   48   49   50   51   52   53   54   55   56