Page 59 - Thilim
P. 59

‫תּהלים‬

                       ‫‪ 10‬מיר האָבן געטראַכט‪ ,‬גאָט‪ ,‬אָן ד ַײן ֶחסד‪,‬‬
                                     ‫אין דער מיט פֿון ד ַײן טעמפּל‪.‬‬
                                       ‫‪ 11‬אַזױ װי ד ַײן נאָמען‪ ,‬גאָט‪,‬‬

                       ‫אַזױ איז ד ַײן לױב ביז די עקן פֿון דער ערד;‬
                    ‫פֿול מיט גערעכטיקײט איז ד ַײן רעכטע האַנט‪.‬‬

                                 ‫‪ 12‬זאָל זיך פֿרײען דער באַרג ִציון‪,‬‬
                   ‫זאָלן לוסטיק ז ַײן די טעכטערשטעט פֿון יהוּדה‪,‬‬

                                          ‫פֿון װעגן ד ַײנע משפּטים‪.‬‬
                           ‫‪ 13‬גײט אַרום ִציון‪ ,‬און רינגלט זי אַרום‪,‬‬

                                      ‫צײלט איבער אירע טורעמס‪.‬‬
                                    ‫‪ 14‬טוט אַכט אױף אירע מױער‪,‬‬

                                          ‫גײט דורך אירע פּאַלאַצן;‬
                  ‫כּדי איר זאָלט דערצײלן דעם שפּעטערדיקן ָדור‪,‬‬
           ‫אַז דאָס איז גאָט‪ ,‬אונדזער גאָט‪ ,‬אײביק און שטענדיק;‬

                                ‫ער װעט אונדז פֿירן ביז אײביקײט‪.‬‬

‫‪ 1‬פֿאַר דעם געזאַנגמ ַײסטער; פֿון די קינדער פֿון קֹ ַרח; אַ‬

                   ‫מזמור‪.‬מט‬

                                   ‫‪ 2‬הערט דאָס צו‪ ,‬אַלע פֿעלקער‪,‬‬
                        ‫פֿאַרנעמט‪ ,‬אַלע באַװױנער פֿון דער װעלט‪,‬‬
                         ‫‪ 3‬ס ַײ אַזױ מענטשן‪ ,‬ס ַײ אָנגעזעענע ל ַײט‪,‬‬

                                         ‫ר ַײך און אָרים אין אײנעם‪.‬‬
                                     ‫‪ 4‬מ ַײן מױל װעט רעדן חכמה‪,‬‬
     ‫און די טראַכטונג פֿון מ ַײן האַרצן װעט ז ַײן פֿאַרשטאַנדיקײט‪.‬‬
                            ‫‪ 5‬איך װעל נ ַײגן צו אַ משל מ ַײן אױער‪,‬‬
                    ‫איך װעל אָנהײבן מיט אַ האַרף מ ַײן רעטעניש‪.‬‬
            ‫‪ 6‬פֿאַר װאָס זאָל איך מורא האָבן אין די טעג פֿון בײז‪,‬‬
                ‫װען די זינד פֿון מ ַײנע טרעטער רינגלט מיך אַרום?‬
                     ‫‪ 7‬די װאָס פֿאַרזיכערן זיך אױף זײער פֿאַרמעג‪,‬‬
                       ‫און מיט זײער גרױס עשירות רימען זײ זיך‪.‬‬
            ‫‪ 8‬ניט אױסקױפֿן אַ ברודער קען אַ מענטש אױסקױפֿן‪,‬‬
                               ‫ניט געבן גאָט אַן אױסלײז פֿאַר זיך;‬
     ‫‪ 9‬און װי װערדיק עס זאָל ז ַײן דער אױסקױף פֿאַר זײער זעל‪,‬‬

                                         ‫איז אױף אײביק פֿאַרמיטן‪,‬‬
   54   55   56   57   58   59   60   61   62   63   64