Page 65 - Thilim
P. 65

‫תּהלים‬

        ‫‪ 5‬פֿאַר װאָר‪ ,‬דערשפּירן װעלן די טוער פֿון אומרעכט‪,‬‬
                  ‫די װאָס עסן מ ַײן פֿאָלק װי מע עסט ברױט‪,‬‬
                                        ‫די װאָס רופֿן ניט גאָט‪.‬‬

  ‫‪ 6‬אָן אַנגסטן זײ אין אַנגסט‪ ,‬װוּ קײן אַנגסט איז ניט געװען‪,‬‬
  ‫װאָרום גאָט האָט צעשאָטן די בײנער פֿון ד ַײן באַלעגערער;‬
   ‫האָסט זײ געמאַכט צו שאַנד‪ ,‬װ ַײל גאָט האָט זײ פֿאַראַכט‪.‬‬

                  ‫‪ 7‬װען קומט פֿון ִציון די ישועה פֿון ישׂראל?‬
      ‫װען גאָט קערט אום די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון ז ַײן פֿאָלק‪,‬‬

             ‫װעט לוסטיק ז ַײן יעקבֿ‪ ,‬װעט זיך פֿרײען ישׂראל‪.‬‬

   ‫‪ 1‬פֿאַר דעם געזאַנגמ ַײסטער‪ ,‬מיט סטרונעשפּיל; אַ‬

            ‫באַטראַכטונג פֿון ָד ִודן‪,‬נד‬

‫‪ 2‬װען די זיפֿער ז ַײנען געקומען‪ ,‬און האָבן געזאָגט צו ָשאולן‪:‬‬
                       ‫פֿאַר װאָר‪ ,‬דוד באַהאַלט זיך ב ַײ אונדז‪.‬‬
                       ‫‪ 3‬גאָט‪ ,‬מיט ד ַײן נאָמען טו מיך העלפֿן‪,‬‬

          ‫און מיט ד ַײן גבֿורה זאָלסטו זיך אָננעמען פֿאַר מיר‪.‬‬
                                   ‫‪ 4‬גאָט‪ ,‬הער צו מ ַײן תּפֿילה‪,‬‬

                           ‫פֿאַרנעם די װערטער פֿון מ ַײן מױל‪.‬‬
            ‫‪ 5‬װאָרום פֿרעמדע ז ַײנען אָנגעשטאַנען אױף מיר‪,‬‬

                             ‫און געװאַלטטוער זוכן מ ַײן לעבן;‬
                       ‫זײ האַלטן ניט גאָט אַנטקעגן זיך‪ֶ .‬ס ָלה‪.‬‬

                                ‫‪ 6‬זע‪ ,‬גאָט איז מיר אַ העלפֿער‪,‬‬
                    ‫יהוה איז דער אונטערלענער פֿון מ ַײן זעל‪.‬‬
           ‫‪ 7‬זאָל ער אומקערן דאָס בײז אױף מ ַײנע לױערער;‬

                             ‫אין ד ַײן טר ַײשאַפֿט פֿאַרשנ ַײד זײ‪.‬‬
                   ‫‪ 8‬מיט װיליקײט װעל איך שלאַכטן צו דיר‪,‬‬
             ‫װעל לױבן ד ַײן נאָמען‪ ,‬גאָט‪ ,‬װאָרום ער איז גוט‪.‬‬
    ‫‪ 9‬װאָרום פֿון יעטװעדער צרה האָט ער מיך מציל געװען‪,‬‬
            ‫און מ ַײן אױג האָט זיך אָנגעזען אױף מ ַײנע פֿ ַײנט‪.‬‬
   60   61   62   63   64   65   66   67   68   69   70