Page 68 - Thilim
P. 68

‫תּהלים‬

             ‫אַ גאַנצן טאָג דריקט ער מיך שטר ַײטנדיק‪.‬‬
 ‫‪ 3‬א ַײנשלינגען װילן מיך מ ַײנע לױערער אַ גאַנצן טאָג‪,‬‬

             ‫יאָ פֿיל‪ ,‬דו העכסטער‪ ,‬שטר ַײטן אױף מיר‪.‬‬
                       ‫‪ 4‬דעם טאָג װאָס איך האָב מורא‬
                           ‫פֿאַרזיכער איך מיך אױף דיר‪.‬‬

             ‫‪ 5‬אױף גאָט װאָס ז ַײן װאָרט טו איך לױבן‪,‬‬
                   ‫אױף גאָט האָב איך מיך פֿאַרזיכערט‪,‬‬
                               ‫איך האָב ניט קײן מורא;‬
                       ‫װאָס קען אַ בשׂר‪-‬ודם מיר טאָן?‬

             ‫‪ 6‬אַ גאַנצן טאָג קריװדען זײ מ ַײנע טענות‪,‬‬
      ‫אַלע זײערע מחשבֿות ז ַײנען צום בײזן אױף מיר‪.‬‬

                ‫‪ 7‬זײ קל ַײבן זיך אױף‪ ,‬זײ באַהאַלטן זיך‪,‬‬
                               ‫זײ היטן מ ַײנע פֿוסטריט‪,‬‬

                   ‫אַזױ װי זײ קוקן אױס אױף מ ַײן זעל‪.‬‬
             ‫‪ 8‬פֿאַר דעם אומרעכט של ַײדער זײ אַרױס‪,‬‬
             ‫אין צאָרן די פֿעלקער װאַרף אַנידער‪ ,‬גאָט‪.‬‬

                  ‫‪ 9‬האָסט פֿאַרצײכנט מ ַײן װאָגלעניש‪,‬‬
                     ‫טו אַר ַײן מ ַײן טרער אין ד ַײן לאָגל;‬
                      ‫פֿאַר װאָר‪ ,‬זײ ז ַײנען אין ד ַײן בוך‪.‬‬

‫‪ 10‬דענצמאָל װעלן מ ַײנע פֿ ַײנט זיך אומקערן אַהינטער‬
                     ‫אין דעם טאָג װאָס איך װעל רופֿן;‬

                  ‫דאָס װײס איך אַז גאָט איז פֿאַר מיר‪.‬‬
          ‫‪ 11‬אױף גאָט װאָס ]ז ַײן[ װאָרט טו איך לױבן‪,‬‬

             ‫אױף יהוה װאָס ]ז ַײן[ װאָרט טו איך לױבן‪,‬‬
               ‫‪ 12‬אױף גאָט האָב איך מיך פֿאַרזיכערט‪,‬‬
                               ‫איך האָב ניט קײן מורא;‬
                         ‫װאָס קען אַ מענטש מיר טאָן?‬

            ‫‪ 13‬איך נעם אױף מיר‪ ,‬גאָט‪ ,‬נדרים צו דיר‪,‬‬
                ‫איך װעל אָפּצאָלן דאַנקאָפּפֿער צו דיר;‬

     ‫‪ 14‬װאָרום האָסט מציל געװען מ ַײן זעל פֿון טױט‪,‬‬
                 ‫פֿאַר װאָר‪ ,‬מ ַײנע פֿיס פֿון שטרױכלונג‪,‬‬
                               ‫כּדי אַרומצוגײן פֿאַר גאָט‬
                               ‫אין דעם ליכט פֿון לעבן‪.‬‬
   63   64   65   66   67   68   69   70   71   72   73