Page 71 - Thilim
P. 71
תּהלים
עס קל ַײבן זיך די פֿאַרש ַײטע אױף מיר;
ניט פֿאַר מ ַײן פֿאַרברעך און ניט פֿאַר מ ַײן חטא ,גאָט.
5אָן אַ זינד פֿון מיר ,לױפֿן זײ און ברײטן זיך אָן;
דערװעק זיך מיר אַנטקעגן ,און זע.
6דו ביסט דאָך יהוה ,דער גאָט פֿון צבֿאות,
דער גאָט פֿון ישׂראל,
װאַך אױף זיך צו רעכענען מיט אַלע פֿעלקער;
ניט ל ַײטזעליקן זאָלסטו אַלע אומגערעכטע פֿעלשערֶ .ס ָלה.
7אַלע אָװנט קומען זײ װידער,
זײ װױען װי אַ הונט,
און דרײען זיך אום אין שטאָט.
8זע ,זײ ג ַײװערען מיט זײער מױל;
שװערדן ז ַײנען אין זײערע ליפּן;
װאָרום„ :װער הערט דען?”
9אָבער דו גאָט טוסט לאַכן פֿון זײ,
טוסט שפּאָטן פֿון אַלע פֿעלקער.
10קעגן ז ַײן שטאַרקײט האַר איך אױף דיר;
װאָרום גאָט איז מ ַײן פֿעסטונג.
11דער גאָט פֿון מ ַײן גענאָד װעט מיר אַנטקעגן קומען,
גאָט װעט מיך לאָזן זען אױף מ ַײנע לױערער.
12ניט הרגען זאָלסטו זײ ,כּדי מ ַײן פֿאָלק זאָל ניט פֿאַרגעסן;
צעטרײסל זײ מיט ד ַײן מאַכט ,און װאַרף זײ אַנידער,
גאָט אונדזער שילד.
13פֿאַר דער זינד פֿון זײער מױל ,דעם גערײד פֿון זײערע ליפּן,
זאָלן זײ באַצװוּנגען װערן אין זײער גאװה,
און פֿאַר די קללות און פֿאַר די ליגנס װאָס זײ רעדן.
14פֿאַרלענד אין גרימצאָרן ,פֿאַרלענד אַז זײ זאָלן מער ניט ז ַײן,
און זאָל מען װיסן אַז גאָט געװעלטיקט אין יעקבֿ,
ביז די עקן פֿון דער ערדֶ .ס ָלה.
15יאָ ,אַלע אָװנט קומען זײ װידער,
זײ װױען װי אַ הונט,
און דרײען זיך אום אין שטאָט.
16זײ װאַנדערן אַרום צו פֿאַרצערן,
און בל ַײבן אַ גאַנצע נאַכט ביז זײ װערן ניט זאַט.
17אָבער איך װעל באַזינגען ד ַײן שטאַרקײט,