Page 69 - Thilim
P. 69
תּהלים
1פֿאַר דעם געזאַנגמ ַײסטער; אַלַ -תּש ֵחת; פֿון ָד ִודן אַ ִמכ ָתּם,
װען ער איז אַנטלאָפֿן פֿון ָשאולן אין דער הײל.נז
2ל ַײטזעליק מיך ,גאָט ,ל ַײטזעליק מיך,
װאָרום אין דיר האָט זיך געשיצט מ ַײן זעל,
און אין שאָטן פֿון ד ַײנע פֿליגלען װעל איך מיך שיצן
ביז די אומגליקן װעלן אַריבער.
3איך װעל רופֿן צו גאָט דעם אױבערשטן,
צו גאָט װאָס פֿירט אױס פֿאַר מיר.
4ער װעט שיקן פֿון הימל ,און מיך העלפֿן,
מעג לעסטערן דער װאָס װיל מיך א ַײנשלינגעןֶ ,ס ָלה;
גאָט װעט שיקן ז ַײן ֶחסד און ז ַײן טר ַײשאַפֿט.
5מ ַײן זעל איז צװישן לײבן,
איך ליג צװישן מענטשנקינדער ָלהוטע;
זײערע צײן ז ַײנען שפּיזן און פֿ ַײלן,
און זײער צונג אַ שװערד אַ שאַרפֿע.
6דערהײב דיך איבער די הימלען ,גאָט,
איבער דער גאַנצער ערד זאָל ז ַײן ד ַײן כּבֿוד.
7אַ נעץ האָבן זײ אָנגעברײט פֿאַר מ ַײנע טריט,
מע האָט א ַײנגעבױגן מ ַײן זעל;
זײ האָבן געגראָבן פֿאַר מיר אַ גרוב,
ז ַײנען זײ אַלײן אַר ַײנגעפֿאַלן אין אירֶ .ס ָלה.
8פֿעסט איז מ ַײן האַרץ ,גאָט ,פֿעסט איז מ ַײן האַרץ,
איך װעל זינגען און שפּילן.
9דערװעק דיך ,מ ַײן זעל,
דערװעק דיך ,גיטאַר און האַרף;
לאָמיך אױפֿװעקן דעם באַגינען.
10איך װעל דיך לױבן צװישן די פֿעלקער ,גאָט,
איך װעל דיך באַזינגען צװישן די אומות.
11װאָרום גרױס ביז די הימלען איז ד ַײן ֶחסד,
און ביז די װאָלקן ד ַײן טר ַײשאַפֿט.
12דערהײב דיך איבער די הימלען ,גאָט,
איבער דער גאַנצער ערד זאָל ז ַײן ד ַײן כּבֿוד.