Page 73 - Thilim
P. 73

‫תּהלים‬

                      ‫‪ 12‬פֿאַר װאָר‪ ,‬דו גאָט האָסט אונדז פֿאַרלאָזט‪,‬‬
                  ‫און גײסט ניט אַרױס‪ ,‬גאָט‪ ,‬מיט אונדזערע מחנות‪.‬‬

                                 ‫‪ 13‬גיב אונדז הילף קעגן דעם פֿ ַײנט‪,‬‬
                       ‫װאָרום נישטיק איז די ישועה פֿון אַ מענטשן‪.‬‬

                            ‫‪ 14‬מיט גאָט װעלן מיר אױפֿטאָן גבֿורות‪,‬‬
                             ‫און ער װעט צעטרעטן אונדזערע פֿ ַײנט‪.‬‬

‫‪ 1‬פֿאַר דעם געזאַנגמ ַײסטער‪ ,‬אױף סטרונעשפּיל; פֿון ָד ִודן‪.‬‬

           ‫‪ 2‬הער צו‪ ,‬גאָט‪ ,‬מ ַײן געשרײ‪,‬סא‬
                                                ‫פֿאַרנעם מ ַײן תּפֿילה‪.‬‬
                              ‫‪ 3‬פֿון עק פֿון דער ערד רוף איך צו דיר‪,‬‬

                                            ‫װען מ ַײן האַרץ פֿאַרגײט;‬
                        ‫אױף דעם פֿעלדז װאָס איז צו הױך פֿאַר מיר‪,‬‬

                                              ‫זאָלסטו מיך אַרױפֿפֿירן‪.‬‬
                         ‫‪ 4‬װאָרום דו ביסט מיר געװען אַ באַשיצונג‪,‬‬
                        ‫אַ טורעם פֿון שטאַרקײט אַקעגן דעם פֿ ַײנט‪.‬‬
                         ‫‪ 5‬איך װעל אײביק װױנען אין ד ַײן געצעלט‪.‬‬
‫איך װעל מיך שיצן אין דער פֿאַרבאָרגעניש פֿון ד ַײנע פֿליגלען‪ֶ .‬ס ָלה‪.‬‬
              ‫‪ 6‬װאָרום דו‪ ,‬גאָט‪ ,‬האָסט צוגעהערט צו מ ַײנע נדרים;‬
             ‫האָסט געגעבן די אַרב פֿון די װאָס פֿאָרכטן ד ַײן נאָמען‪.‬‬

                     ‫‪ 7‬טעג צו די טעג פֿון דעם מלך זאָלסטו צולײגן‪,‬‬
                           ‫ז ַײנע יאָרן זאָלן ז ַײן װי אַ ָדור אױף אַ ָדור‪.‬‬
                                 ‫‪ 8‬טראָנען זאָל ער אײביק פֿאַר גאָט;‬

                  ‫גענאָד און טר ַײשאַפֿט באַשער‪ ,‬זײ זאָלן אים היטן‪.‬‬

                  ‫‪ 9‬אַזױ װעל איך באַזינגען ד ַײן נאָמען אױף אײביק‪,‬‬
                          ‫װען איך באַצאָל מ ַײנע נדרים טאָגטעגלעך‪.‬‬

‫‪ 1‬פֿאַר דעם געזאַנגמ ַײסטער‪ ,‬פֿאַר ידותון; אַ מזמור פֿון ָד ִודן‪.‬‬

         ‫‪ 2‬נאָר צו גאָט טוט האַרן מ ַײן זעל‪,‬סב‬
                                              ‫פֿון אים איז מ ַײן הילף‪.‬‬
                            ‫‪ 3‬נאָר ער איז מ ַײן פֿעלדז און מ ַײן הילף‪,‬‬
   68   69   70   71   72   73   74   75   76   77   78