Page 70 - Thilim
P. 70

‫תּהלים‬

‫‪ 1‬פֿאַר דעם געזאַנגמ ַײסטער; אַל‪ַ -‬תּש ֵחת; פֿון ָד ִודן אַ ִמכ ָתּם‪.‬‬

    ‫‪ 2‬רעדט איר אין דער אמת װי אַ גערעכטע מאַכט?נח‬
                           ‫משפּט איר מיט יושר די מענטשנקינדער?‬
                       ‫‪ 3‬יאָ‪ ,‬אין האַרצן אַרבעט איר אױס פֿאַרברעכן‪,‬‬
    ‫אױף דער ערד פֿירט איר דורך דאָס אומרעכט פֿון א ַײערע הענט‪.‬‬

                       ‫‪ 4‬די ר ָשעים ז ַײנען אָפּגעקערט פֿון טראַכט אָן‪,‬‬
                       ‫פֿון מוטערל ַײב אָן בלאָנדזשען די ליגנזאָגערס‪.‬‬
                    ‫‪ 5‬אַ גיפֿט איז ב ַײ זײ גל ַײך װי גיפֿט פֿון אַ שלאַנג;‬
                ‫װי דער טױבער נאָטער װאָס פֿאַרשטאָפּט ז ַײן אױער‪,‬‬
                      ‫‪ 6‬װאָס הערט ניט צו דעם ָקול פֿון באַשװערער‪,‬‬

                            ‫פֿון דעם קליגסטן שפּרעכער פֿון שפּרוכן‪.‬‬

                          ‫‪ 7‬גאָט‪ ,‬צעברעך זײערע צײן אין זײער מױל‪,‬‬
                        ‫די באַקצײן פֿון די יונגלײבן האַק אױס‪ ,‬יהוה‪.‬‬
                      ‫‪ 8‬זאָלן זײ צעגײן װי װאַסער װאָס צעלױפֿט זיך;‬
                ‫שפּאַנט ער ז ַײנע פֿ ַײלן‪ ,‬זאָלן זײ װי אָפּגעשניטן װערן‪.‬‬
                          ‫‪ 9‬װי אַ צעקראָכענע שנעק זאָל ער פֿאַרגײן‪,‬‬
                ‫װי אַ מפּיל‪ ,‬װי אַ קראָט‪ ,‬װאָס האָבן די זון ניט געזען‪.‬‬
                 ‫‪ 10‬אײדער א ַײערע טעפּ װעלן דערשפּירן די דערנער‪,‬‬
      ‫זאָל ער עס אַװעקשטורעמען‪ ,‬דאָס רױע װי דאָס צוגעברענטע‪.‬‬

                     ‫‪ 11‬דער צדיק װעט זיך פֿרײען‪ ,‬אַז ער זעט נקמה‪,‬‬
                  ‫ז ַײנע טריט װעט ער װאַשן אין בלוט פֿון דעם ָרשע‪.‬‬
    ‫‪ 12‬און מענטשן װעלן זאָגן‪ :‬יאָ‪ ,‬עס איז דאָ אַ פֿרוכט פֿאַרן צדיק;‬

                       ‫יאָ‪ ,‬פֿאַראַן אַ גאָט װאָס משפּט אױף דער ערד‪.‬‬

‫‪ 1‬פֿאַר דעם געזאַנגמ ַײסטער; אַל‪ַ -‬תּש ֵחת; פֿון ָד ִודן אַ ִמכ ָתּם‪,‬‬

‫װען ָשאול האָט געשיקט‪ ,‬און מע האָט געהיט דאָס הױז‪ ,‬כּדינט‬
                                                         ‫אים צו טײטן‪.‬‬
                            ‫‪ 2‬ז ַײ מיך מציל פֿון מ ַײנע פֿ ַײנט‪ ,‬מ ַײן גאָט‪,‬‬
              ‫פֿון די װאָס שטײען אָן אױף מיר זאָלסטו מיך באַשיצן‪.‬‬
                          ‫‪ 3‬ז ַײ מיך מציל פֿון די װאָס טוען אומרעכט‪,‬‬
                                ‫און פֿון בלוטיקע ל ַײט טו מיך העלפֿן‪.‬‬
                      ‫‪ 4‬װאָרום זע‪ ,‬זײ האָבן געלױערט אױף מ ַײן זעל;‬
   65   66   67   68   69   70   71   72   73   74   75