Page 66 - Thilim
P. 66

‫תּהלים‬

 ‫‪ 1‬פֿאַר דעם געזאַנגמ ַײסטער‪ ,‬מיט סטרונעשפּיל;‬

         ‫אַ באַטראַכטונג פֿון ָד ִודן‪.‬נה‬
                             ‫‪ 2‬פֿאַרנעם‪ ,‬גאָט‪ ,‬מ ַײן תּפֿילה‪,‬‬
           ‫און זאָלסט זיך ניט פֿאַרהױלן פֿון מ ַײן געבעט‪.‬‬
                        ‫‪ 3‬האָרך צו מיר‪ ,‬און ענטפֿער מיר;‬
             ‫איך לױף אום אין מ ַײן קלאָג‪ ,‬און איך ברום‪,‬‬

                           ‫‪ 4‬פֿון דעם ָקול פֿון דעם פֿ ַײנט‪,‬‬
                     ‫פֿון װעגן דער דריקונג פֿון דעם ָרשע;‬
                   ‫װאָרום זײ ברענגען אױף מיר אומגליק‪,‬‬

                       ‫און מיט צאָרן טוען זײ מיך פֿ ַײנטן‪.‬‬
                            ‫‪ 5‬מ ַײן האַרץ צאַפּלט אין מיר‪,‬‬

              ‫און טױטשרעקן ז ַײנען אָנגעפֿאַלן אױף מיר‪.‬‬
             ‫‪ 6‬אַ מורא און אַ ציטערניש קומט אױף מיר‪,‬‬

                        ‫און אַ שױדער האָט מיך באַדעקט‪.‬‬
        ‫‪ 7‬און איך זאָג‪ :‬װער גיט מיר פֿליגלען װי אַ טױב‪,‬‬

                    ‫איך װאָלט אַװעקגעפֿלױגן און גערוט‪.‬‬
                   ‫‪ 8‬אָט װאָלט איך אַװעקגעװאָגלט װ ַײט‪,‬‬
                ‫איך װאָלט געװ ַײלט אין דער מדבר‪ֶ .‬ס ָלה‪.‬‬
              ‫‪ 9‬איך װאָלט מיר געא ַײלט צו אַן אַנטרינונג‬

                       ‫פֿון ר ַײסיקן װינט‪ ,‬פֿונעם שטורעם‪.‬‬
                  ‫‪ 10‬צעמיש‪ ,‬גאָט‪ ,‬צעטײל זײער שפּראַך‪,‬‬
        ‫װאָרום איך האָב געזען רױב און קריג אין שטאָט‪.‬‬
‫‪ 11‬טאָג און נאַכט רינגלען זײ זי אַרום אױף אירע מױערן‪,‬‬
            ‫און אומרעכט און אומגליק איז אין איר מיט‪.‬‬

                        ‫‪ 12‬פֿאַרברעכן ז ַײנען אין איר מיט‪,‬‬
‫און פֿון איר מאַרק טוט זיך ניט אָפּ דריקונג און באַטרוג‪.‬‬

            ‫‪ 13‬װאָרום ניט אַ פֿ ַײנט טוט מיך לעסטערן –‬
                              ‫דאָס װאָלט איך פֿאַרטראָגן;‬

          ‫ניט מ ַײן שׂונא האָט זיך געגרײסט איבער מיר –‬
                      ‫פֿון אים װאָלט איך מיך פֿאַרבאָרגן;‬
                         ‫‪ 14‬נאָר דו‪ ,‬אַ מענטש מ ַײן גל ַײכן‪,‬‬
                            ‫מ ַײן חבֿר און מ ַײן באַקענטער‪,‬‬

               ‫‪ 15‬װאָס באַנאַנד פֿלעגן מיר זיס זיך סוֹדען‪,‬‬
                         ‫גײן אין גאָטס הױז מיט געזעמל‪.‬‬

                   ‫‪ 16‬זאָל ער אָנרײצן דעם טױט אױף זײ‪,‬‬
   61   62   63   64   65   66   67   68   69   70   71