Page 13 - Thilim
P. 13
תּהלים
6פֿון װעגן דער באַרױבונג פֿון די אָרימע,
פֿון װעגן דעם קרעכצן פֿון די באַדערפֿטיקע,
אַצונד װעל איך אױפֿשטײן,
זאָגט גאָט;
איך װעל באַשערן מיט הילף
דעם װאָס מע בלאָזט אױף אים.
7די װערטער פֿון גאָט ז ַײנען רײנע װערטער,
זילבער געשמאָלצן אין אַ טיגל אױף דער ערד,
זיבן מאָל געל ַײטערט.
8דו גאָט װעסט זײ היטן,
װעסט זײ אײביק באַהיטן פֿון דאָזיקן ָדור.
9אומעטום גײען אום די ר ָשעים,
װען געמײנקײט װערט דערהױבן ב ַײ די מענטשנקינדער.
1פֿאַר דעם געזאַנגמ ַײסטער; אַ מזמור פֿון ָד ִודן.
2ביז װאַנען ,גאָט ,װעסטו מיך תּמיד פֿאַרגעסן?יג
ביז װאַנען װעסטו פֿאַרבאָרגן ד ַײן פּנים פֿון מיר?
3ביז װאַנען װעל איך האַלטן עצות ב ַײ זיך,
מיט קומער אין מ ַײן האַרצן דורכן טאָג?
ביז װאַנען װעט מ ַײן פֿ ַײנט זיך דערהײבן אױף מיר?
4קוק-צו ,ענטפֿער מיר ,יהוה מ ַײן גאָט,
דערל ַײכט מ ַײנע אױגן ,איך זאָל ניט א ַײנשלאָפֿן צום טױט;
5מ ַײן פֿ ַײנט זאָל ניט זאָגן:
איך בין אים ב ַײגעקומען;
מ ַײנע ָשׂונאים זאָלן זיך ניט פֿרײען,
אַז איך װעל אומפֿאַלן.
6אָבער איך פֿאַרזיכער מיך אױף ד ַײן ֶחסד;
מ ַײן האַרץ װעט זיך פֿרײען מיט ד ַײן הילף;
איך װעל זינגען צו גאָט,
װאָס ער האָט מיר גוטס געטאָן.