Page 9 - Thilim
P. 9
תּהלים
און אַפֿילו חיות פֿון פֿעלד;
9דעם פֿױגל פֿון הימל ,און די פֿישן פֿון ים –
װאָס נאָר עס ציט דורך די שטעגן פֿון ימען.
10גאָט אונדזער האַר,
װי פּראַכטיק איז ד ַײן נאָמען אױף דער גאַנצער ערד!
1פֿאַר דעם געזאַנגמ ַײסטער ,אױף מותַ -ל ֵבן; אַ מזמור פֿון ָד ִודן.
2איך װעל לױבן גאָט מיט מ ַײן גאַנצן האַרצן,ט
איך װעל דערצײלן אַלע ד ַײנע װוּנדער.
3איך װעל זיך פֿרײען און לוסטיק ז ַײן מיט דיר,
איך װעל באַזינגען ד ַײן נאָמען ,דו העכסטער;
4װען מ ַײנע פֿ ַײנט קערן זיך אַהינטער,
װערן געשטרױכלט און גײען אונטער פֿאַר דיר,
5װאָרום האָסט געטאָן מ ַײן משפּט און מ ַײן רעכט,
האָסט זיך געזעצט אױפֿן טראָן ,דו ריכטער גערעכטער.
6האָסט אָנגעשר ִיען אױף די פֿעלקער,
האָסט אונטערגעבראַכט דעם ָרשע,
זײער נאָמען האָסטו אױסגעמעקט
אױף אײביק און שטענדיק.
7דו פֿ ַײנט ,פֿאַרלענדט ז ַײנען די חורבֿות אױף תּמיד;
און שטעט האָסטו אױסגעריסן,
זײער זכר איז אונטערגעגאַנגען,
8אָבער גאָט װעט אײביק בל ַײבן,
ער שטעלט אױף צום משפּט ז ַײן טראָן;
9און ער װעט משפּטן די װעלט מיט גערעכטיקײט,
ער װעט דן ז ַײן די פֿעלקער מיט יושר.
10און גאָט װעט ז ַײן אַ פֿעסטונג דעם געדריקטן,
אַ פֿעסטונג אין צ ַײטן פֿון נױט.
11און פֿאַרזיכערן װעלן זיך אױף דיר די װאָס קענען ד ַײן נאָמען,
װאָרום דו פֿאַרלאָזט ניט די װאָס זוכן דיך ,גאָט.
12זינגט צו גאָט ,באַװױנער פֿון ִציון,
דערצײלט צװישן די פֿעלקער ז ַײנע מעשׂים.