Page 7 - Thilim
P. 7

‫תּהלים‬

                                        ‫גאָט נעמט אָן מ ַײן תּפֿילה‪.‬‬
                              ‫‪ 11‬פֿאַרשעמט און דערשראָקן זײער‬

                                     ‫װעלן װערן אַלע מ ַײנע פֿ ַײנט;‬
                        ‫זײ װעלן אָפּטרעטן פֿאַרשעמט אין אַ רגע‪.‬‬

‫‪ 1‬אַ ִשָגעון פֿון ָד ִודן‪ ,‬װאָס ער האָט געזונגען צו גאָט פֿון װעגן‬

                ‫כּוּש דעם בנימינער‪.‬ז‬

                ‫‪ 2‬יהוה מ ַײן גאָט‪ ,‬אין דיר האָב איך מיך געשיצט‪,‬‬
          ‫העלף מיך פֿון אַלע מ ַײנע נאָכיאָגער‪ ,‬און ז ַײ מיך מציל‪,‬‬

                      ‫‪ 3‬מע זאָל ניט פֿאַרצוקן װי אַ לײב מ ַײן זעל‪,‬‬
                          ‫צער ַײסן‪ ,‬און קײנער זאָל ניט מציל ז ַײן‪.‬‬

               ‫‪ 4‬יהוה מ ַײן גאָט‪ ,‬אױב איך האָב אַזױ װאָס געטאָן‪,‬‬
                         ‫אױב אומרעכט איז דאָ אין מ ַײנע הענט‪,‬‬

                    ‫‪ 5‬אױב איך האָב געטאָן בײז מ ַײן גוטן פֿר ַײנט‪,‬‬
                 ‫אָדער באַרױבט צו מאָל מ ַײן אומזיסטיקן פֿ ַײנט‪,‬‬

                    ‫‪ 6‬זאָל דער שׂונא מיך נאָכיאָגן און דערגרײכן‪,‬‬
                               ‫און טרעטן צו דער ערד מ ַײן לעבן‪,‬‬
                                   ‫און מ ַײן כּבֿוד אין שטױב לײגן‪.‬‬
                                                              ‫ֶס ָלה‪.‬‬

                                 ‫‪ 7‬שטײ אױף‪ ,‬גאָט‪ ,‬אין ד ַײן כּעס‪,‬‬
                    ‫דערהײב דיך אין גרימצאָרן קעגן מ ַײנע פֿ ַײנט‪,‬‬
   ‫און דערװעק פֿאַר מיר דעם משפּט װאָס דו האָסט אָנגעזאָגט‪.‬‬
              ‫‪ 8‬און װי די עדה פֿון די פֿעלקער דיך רינגלט אַרום‪,‬‬

                           ‫קער זיך אום איבער איר צו דער הײך‪.‬‬

            ‫‪ 9‬גאָט‪ ,‬װאָס משפּטסט די פֿעלקער‪ ,‬משפּט מיך‪ ,‬גאָט‪,‬‬
      ‫לױט מ ַײן גערעכטיקײט און לױט מ ַײן ערלעכקײט אין מיר‪.‬‬

                    ‫‪ 10‬זאָל שױן זיך עקן דאָס בײז פֿון די ר ָשעים‪,‬‬
                             ‫און דו זאָלסט אױפֿריכטן דעם צדיק;‬

                         ‫װאָרום דו פּרוּװסט די הערצער און נירן‪,‬‬
                                               ‫גאָט דו גערעכטער‪.‬‬

                                    ‫‪ 11‬מ ַײן באַשיץ איז אױף גאָט;‬
                          ‫ער העלפֿט די רעכטפֿאַרטיקע הערצער‪.‬‬
   2   3   4   5   6   7   8   9   10   11   12