Page 6 - Thilim
P. 6

‫תּהלים‬

                              ‫זײער אינגעװײד איז אַן אונטערגאַנג‪,‬‬
                                   ‫אַן אָפֿענער קבֿר איז זײער קעל;‬
                                         ‫זײער צונג מאַכן זײ גלאַט‪.‬‬
                                             ‫‪ 11‬פֿאַרמשפּט זײ גאָט‪,‬‬

                               ‫זאָלן זײ פֿאַלן דורך זײערע באַראָטן;‬
                        ‫פֿאַרשטױס זײ פֿאַר זײערע פֿיל פֿאַרברעכן‪,‬‬

                             ‫װ ַײל זײ האָבן װידערשפּעניקט אָן דיר‪.‬‬
              ‫‪ 12‬און אַלע װאָס שיצן זיך אין דיר‪ ,‬װעלן זיך פֿרײען‪,‬‬
            ‫אײביק װעלן זײ זינגען‪ ,‬װאָרום װעסט זײ באַשירעמען‪,‬‬

                                  ‫און די ליבהאָבער פֿון ד ַײן נאָמען‬
                                        ‫װעלן ז ַײן לוסטיק מיט דיר‪.‬‬

                         ‫‪ 13‬װאָרום דו בענטשסט דעם צדיק‪ ,‬גאָט‪,‬‬
             ‫װי אַ פּאַנצער מיט גוטװיליקײט רינגלסטו אים אַרום‪.‬‬

‫‪ 1‬פֿאַר דעם געזאַנגמ ַײסטער‪ ,‬מיט סטרונעשפּיל‪ ,‬אױף שמינית;‬

                 ‫אַ מזמור פֿון ָד ִודן‪.‬ו‬

                      ‫‪ 2‬ניט אין ד ַײן כּעס זאָלסטו מיך מוסרן‪ ,‬גאָט‪,‬‬
                 ‫און ניט אין ד ַײן גרימצאָרן זאָלסטו מיך שטראָפֿן‪.‬‬
               ‫‪ 3‬ל ַײטזעליק מיך‪ ,‬גאָט‪ ,‬װאָרום איך װער פֿאַרשניטן‪,‬‬
           ‫הײל מיך‪ ,‬גאָט‪ ,‬װאָרום מ ַײנע בײנער ז ַײנען דערשראָקן‪,‬‬

                              ‫‪ 4‬און מ ַײן זעל איז דערשראָקן זײער‪,‬‬
                                            ‫און דו גאָט‪ ,‬ביז װאַנען?‬

                            ‫‪ 5‬קער זיך אום‪ ,‬גאָט‪ ,‬דערלײז מ ַײן זעל‪,‬‬
                                    ‫העלף מיך פֿון װעגן ד ַײן גענאָד‪.‬‬

                          ‫‪ 6‬װאָרום ניטאָ אין טױט ד ַײן דערמאָנונג‪,‬‬
                              ‫אין אונטערערד װער װעט דיך לױבן?‬
                                      ‫‪ 7‬איך בין מיד פֿון מ ַײן זיפֿצן‪,‬‬
                            ‫איך באַװאַש אַלע נאַכט מ ַײן געלעגער‪,‬‬

                       ‫איך מאַך צעגײן אין מ ַײנע טרערן מ ַײן בעט‪.‬‬
                          ‫‪ 8‬מאַט געװאָרן פֿון קומער איז מ ַײן אױג‪,‬‬
                          ‫אַלט געװאָרן פֿון װעגן אַלע מ ַײנע פֿ ַײנט‪.‬‬

               ‫‪ 9‬קערט א ַײך אָפּ פֿון מיר‪ ,‬אַלע טוער פֿון אומרעכט‪,‬‬
              ‫װאָרום גאָט האָט געהערט דעם ָקול פֿון מ ַײן געװײן‪.‬‬

                                ‫‪ 10‬גאָט האָט געהערט מ ַײן געבעט‪,‬‬
   1   2   3   4   5   6   7   8   9   10   11