Page 4 - Thilim
P. 4

‫תּהלים‬

     ‫‪ 1‬אַ מזמור פֿון ָד ִודן‪ ,‬װען ער איז אַנטלאָפֿן פֿון ז ַײןג‬
                                                    ‫זון אַבֿ ָשלומען‪.‬‬
                                    ‫‪ 2‬גאָט‪ ,‬װי פֿיל ז ַײנען מ ַײנע פֿ ַײנט!‬
                                     ‫פֿיל די װאָס שטײען אָן אױף מיר!‬
                                             ‫‪ 3‬פֿיל זאָגן אױף מ ַײן זעל‪:‬‬
                              ‫ניטאָ פֿאַר אים קײן הילף ב ַײ גאָט‪ֶ .‬ס ָלה‪.‬‬
                              ‫‪ 4‬אָבער דו גאָט ביסט אַ שילד פֿאַר מיר‪,‬‬
                         ‫מ ַײן כּבֿוד און דער דערהײבער פֿון מ ַײן קאָפּ‪.‬‬
                                  ‫‪ 5‬מיט מ ַײן ָקול טו איך רופֿן צו גאָט‪,‬‬
                   ‫און ער ענטפֿערט מיר פֿון ז ַײן הײליקן באַרג‪ֶ .‬ס ָלה‪.‬‬
                                         ‫‪ 6‬איך לײג זיך און שלאָף א ַײן‪,‬‬
                          ‫איך װאַך אױף‪ ,‬װ ַײל גאָט לענט מיך אונטער‪.‬‬
                        ‫‪ 7‬איך האָב ניט מורא פֿאַר צענטױזנטן פֿאָלק‪,‬‬
                      ‫װאָס האָבן רונד אַרום זיך אָנגעזעצט אױף מיר‪.‬‬

                              ‫‪ 8‬שטײ אױף‪ ,‬יהוה‪ ,‬העלף מיך מ ַײן גאָט‪,‬‬
            ‫װאָרום האָסט געשלאָגן אַלע מ ַײנע פֿ ַײנט אױף דער באַק‪,‬‬

                              ‫די צײן פֿון די ר ָשעים האָסטו צעבראָכן‪.‬‬

                                                ‫‪ 9‬ב ַײ גאָט איז די הילף;‬
                         ‫זאָל קומען ד ַײן ברכה אױף ד ַײן פֿאָלק! ֶס ָלה‪.‬‬

‫‪ 1‬פֿאַר דעם געזאַנגמ ַײסטער‪ ,‬מיט סטרונעשפּיל; אַ מזמור פֿון ָד ִודן‪.‬‬

     ‫‪ 2‬אַז איך רוף‪ ,‬ענטפֿער מיר‪ ,‬גאָט מ ַײן גערעכטער;ד‬
                              ‫אין ענגעניש זאָלסטו מיר דערברײטערן;‬
                              ‫ל ַײטזעליק מיך‪ ,‬און הער צו מ ַײן תּפֿילה‪.‬‬

                                    ‫‪ 3‬איר מענטשנקינדער‪ ,‬ביז װאַנען‬
                                         ‫װעט מ ַײן כּבֿוד צו שאַנד ז ַײן‪,‬‬

                                       ‫װעט איר ליב האָבן נישטיקײט‪,‬‬
                                             ‫װעט איר זוכן ליגן? ֶס ָלה‪.‬‬

                   ‫‪ 4‬אָבער ז ַײט װיסן‪ ,‬אַז גאָט שײדט אָפּ ז ַײן פֿרומען‪,‬‬
                            ‫גאָט װעט הערן אַז איך װעל רופֿן צו אים‪.‬‬
   1   2   3   4   5   6   7   8   9