Page 12 - Thilim
P. 12

‫תּהלים‬

         ‫‪ 1‬פֿאַר דעם געזאַנגמ ַײסטער‪ ,‬פֿון ָד ִודן‪.‬יא‬
                                    ‫אין גאָט טו איך מיך שיצן;‬
                                       ‫װי קענט איר זאָגן צו מ ַײן זעל‪:‬‬
                            ‫„אַנטלױף! צו א ַײער באַרג‪ ,‬איר פֿױגלען”?‬
                          ‫‪ 2‬װאָרום זע‪ ,‬די ר ָשעים שפּאַנען דעם בױגן‪,‬‬
                     ‫זײ האָבן אָנגעשטעלט זײער פֿ ַײל אױפֿן שטריקל‪,‬‬
               ‫צו שיסן אין דער פֿינצטער די רעכטפֿאַרטיקע הערצער‬

                                  ‫‪ 3‬אַז די גרונטז ַײלן װערן צעשטערט‪,‬‬
                                    ‫דער צדיק װאָס האָט אױפֿגעטאָן?‬

                                   ‫‪ 4‬גאָט איז אין ז ַײן הײליקן טעמפּל‪,‬‬
                                       ‫גאָט – ז ַײן טראָן איז אין הימל;‬
                                                       ‫ז ַײנע אױגן זעען‪,‬‬

                              ‫ז ַײנע ברעמען פּרוּװן די מענטשנקינדער‪.‬‬
                              ‫‪ 5‬גאָט פּרוּװט דעם צדיק און דעם ָרשע‪,‬‬
                   ‫און דעם װאָס האָט ליב רױב‪ ,‬האָט פֿ ַײנט ז ַײן זעל‪.‬‬
                             ‫‪ 6‬ער װעט מאַכן רעגענען אױף די ר ָשעים‬

                                             ‫קױלן‪ ,‬פֿ ַײער‪ ,‬און שװעבל;‬
                                              ‫און אַ ברענעדיקער װינט‬
                                          ‫איז זײער צוגעטײלטער ָכּוס‪.‬‬
             ‫‪ 7‬װאָרום גערעכט איז גאָט‪ ,‬גערעכטיקײט האָט ער ליב;‬
                                ‫די רעכטפֿאַרטיקע װעלן זען ז ַײן פּנים‪.‬‬

‫‪ 1‬פֿאַר דעם געזאַנגמ ַײסטער‪ ,‬אױף שמינית; אַ מזמור פֿון ָד ִודן‪.‬‬

   ‫‪ 2‬העלף‪ ,‬גאָט‪ ,‬װאָרום געענדיקט האָבן זיך די פֿרומע‪,‬יב‬

     ‫װאָרום אױסגעגאַנגען ז ַײנען די געטר ַײע פֿון די מענטשנקינדער‪.‬‬
                               ‫‪ 3‬פֿאַלש רעדן זײ אײנער מיטן אַנדערן‪,‬‬

                 ‫מיט אַ גלאַטער ליפּ‪ ,‬מיט אַ צװײִיקן האַרצן רעדן זײ‪.‬‬

                             ‫‪ 4‬גאָט זאָל פֿאַרשנ ַײדן אַלע גלאַטע ליפּן‪,‬‬
                                            ‫די צונג װאָס רעדט גרױס!‬

               ‫‪ 5‬די װאָס זאָגן‪ :‬מיט אונדזער צונג ז ַײנען מיר שטאַרק‪,‬‬
            ‫אונדזערע ליפּן ז ַײנען מיט אונדז‪ ,‬װער איז אונדז אַ האַר?‬
   7   8   9   10   11   12   13   14   15   16   17