Page 82 - Thilim
P. 82
תּהלים
33איר קיניגר ַײכן פֿון דער ערד ,זינגט צו גאָט,
שפּילט צו דעם האַרֶ ,ס ָלה;
34צו דעם װאָס ר ַײט אױף די אוראַלטע הימלען פֿון די הימלען;
זע ,ער לאָזט אַרױס ז ַײן ָקול ,אַ מאַכטיקן ָקול.
35גיט שטאַרקײט צו גאָט;
איבער ישׂראל איז ז ַײן גרױסקײט,
און ז ַײן שטאַרקײט אין די װאָלקנס.
36גאָט איז פֿאָרכטיק פֿון ד ַײנע הײליקטומען;
גאָט פֿון ישׂראל ,ער גיט שטאַרקײט און מאַכט צום פֿאָלק;
געלױבט איז גאָט.
1פֿאַר דעם געזאַנגמ ַײסטער ,אױף שוֹ ַשנים; פֿון ָד ִודן.
2העלף מיך ,גאָט,סט
װאָרום דאָס װאַסער איז געקומען ביז דער זעל.
3איך בין א ַײנגעזונקען אין אַ טיפֿן זומפּ,
און ניטאָ קײן באַשטאַנד;
איך בין געקומען אין טיפֿע װאַסערן,
און דער שטראָם האָט מיך פֿאַרפֿלײצט.
4איך בין מיד פֿון מ ַײן רופֿן,
מ ַײן קעל איז פֿאַרטריקנט,
די אױגן גײען מיר אױס
האַרנדיק אױף מ ַײן גאָט.
5מער װי די האָר פֿון מ ַײן קאָפּ
ז ַײנען מ ַײנע אומזיסטיקע ָשׂונאים;
שטאַרק ז ַײנען מ ַײנע פֿאַרטיליקער,
מ ַײנע פֿ ַײנט פֿאַר גאָרנישט;
װאָס איך האָב ניט געגזלט
מוז איך דרום אָפּגעבן.
6גאָט ,דו װײסט מ ַײן נאַרישקײט,
און מ ַײנע פֿאַרשולדיקונגען ז ַײנען פֿון דיר ניט פֿאַרהױלן.
7זאָלן ניט אין ִביוש בל ַײבן דורך מיר ד ַײנע האָפֿער,
דו האַר יהוה פֿון צבֿאות;
זאָלן ניט פֿאַרשעמט װערן דורך מיר ד ַײנע זוכער,
גאָט פֿון ישׂראל.