Page 86 - Thilim
P. 86

‫תּהלים‬

                                 ‫מ ַײן לױב איז תּמיד פֿון דיר‪.‬‬
                ‫‪ 7‬װי אַ בײזװוּנדער בין איך געװאָרן ב ַײ פֿיל‪,‬‬

                   ‫אָבער דו ביסט מ ַײן שטאַרקע באַשיצונג‪.‬‬
                   ‫‪ 8‬מ ַײן מױל איז אָנגעפֿילט מיט ד ַײן לױב‪,‬‬

                              ‫אַ גאַנצן טאָג מיט ד ַײן רימונג‪.‬‬
         ‫‪ 9‬זאָלסט מיך ניט אַװעקװאַרפֿן אין צ ַײט פֿון ִזקנה‪,‬‬
    ‫אַז מ ַײנע כּוחות גײען אױס‪ ,‬זאָלסטו מיך ניט פֿאַרלאָזן‪.‬‬

                     ‫‪ 10‬װאָרום מ ַײנע פֿ ַײנט רעדן װעגן מיר‪,‬‬
        ‫און די לױערער אױף מ ַײן זעל ֵעצהן זיך אין אײנעם‪,‬‬

                  ‫‪ 11‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬גאָט האָט אים פֿאַרלאָזן;‬
‫יאָגט נאָך און כאַפּט אים‪ ,‬װאָרום ניטאָ װער זאָל מציל ז ַײן‪.‬‬

              ‫‪ 12‬גאָט‪ ,‬זאָלסט זיך ניט דערװ ַײטערן פֿון מיר;‬
                                ‫מ ַײן גאָט‪ ,‬א ַײל מיר צו הילף‪.‬‬

                    ‫‪ 13‬זאָלן פֿאַרשעמט װערן‪ ,‬זאָלן אױסגײן‬
                                   ‫די ָשׂונאים פֿון מ ַײן לעבן;‬

                  ‫זאָלן באַדעקט װערן מיט חרפּה און שאַנד‬
                                       ‫די װאָס זוכן מיר בײז‪.‬‬

                             ‫‪ 14‬אָבער איך װעל תּמיד האָפֿן‪,‬‬
                       ‫און װעל נאָך צולײגן צו אַל ד ַײן לױב‪.‬‬
             ‫‪ 15‬מ ַײן מױל װעט דערצײלן ד ַײן גערעכטיקײט‪,‬‬

                                     ‫אַ גאַנצן טאָג ד ַײן הילף;‬
                         ‫װאָרום איך קען ניט אױסדערצײלן‪.‬‬
     ‫‪ 16‬איך װעל קומען מיט די גבֿורות פֿון גאָט דעם האַר‪,‬‬
        ‫איך װעל דערמאָנען ד ַײן גערעכטיקײט‪ ,‬ד ַײנע אַלײן‪.‬‬
            ‫‪ 17‬גאָט‪ ,‬האָסט מיך געלערנט פֿון מ ַײן יוגנט אָן‪,‬‬
                  ‫און ביז אַהער דערצײל איך ד ַײנע װוּנדער‪.‬‬
             ‫‪ 18‬און אױך ביז ִזקנה און גראָער עלטער‪ ,‬גאָט‪,‬‬

                                  ‫זאָלסטו מיך ניט פֿאַרלאָזן‪,‬‬
         ‫ביז איך װעל דעצײלן ד ַײן מאַכט צום אַנדערן ָדור‪,‬‬

                 ‫צו איטלעכן װאָס װעט קומען‪ ,‬ד ַײן גבֿורה‪.‬‬
             ‫‪ 19‬יאָ‪ ,‬ד ַײן גערעכטיקײט‪ ,‬גאָט‪ ,‬איז ביזן הימל‪,‬‬

                           ‫דו װאָס האָסט אױפֿגעטאָן גרױס‪.‬‬
                                  ‫גאָט‪ ,‬װער איז ד ַײן גל ַײכן?‬

    ‫‪ 20‬דו װאָס האָסט מיך געלאָזט זען פֿיל צרות און בײזן‪,‬‬
                                ‫װעסט װידער מיך אױפֿלעבן‪,‬‬
   81   82   83   84   85   86   87   88   89   90   91