Page 2 - Vayikro
P. 2
תּורה נבֿיאים וּכתובֿים
תּרגום י ִידיש פֿון יהואש
ויקרא
ַו ִיּ ְק ָרא
1און גאָט האָט גערופֿן צו משהן ,און האָט צו אים גערעדט
פֿון אוֹהל-מוֹעד ,אַזױ צו זאָגן 2 :רעד צו די קינדער פֿון ישׂראל,א
און זאָלסט זאָגן צו זײ :אַז עמיצער פֿון א ַײך װעט ברענגען אַ ָקרבן
צו גאָט ,זאָלט איר פֿון פֿי ,פֿון רינדער אָדער פֿון שאָף ,ברענגען
א ַײער ָקרבן.
3אױב אַ בראַנדאָפּפֿער איז ז ַײן ָקרבן ,פֿון רינדער ,זאָל ער אים
ברענגען אַ ָזכר אָן אַ פֿעלער; צום א ַײנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד זאָל ער
אים ברענגען ,כּדי ער זאָל באַװיליקט װערן פֿאַר גאָט 4 .און ער זאָל
אָנלענען ז ַײן האַנט אױפֿן קאָפּ פֿון בראַנדאָפּפֿער ,און עס װעט
באַװיליקט װערן פֿון אים ,מ ַכפּר צו ז ַײן אױף אים 5 .און ער זאָל
שעכטן דאָס יונגע רינד פֿאַר גאָט ,און די קינדער פֿון אַהרן ,די
כֹּהנים ,זאָלן גענענען דאָס בלוט ,און שפּרענגען דאָס בלוט רונד
אַרום אױף דעם מזבח װאָס ב ַײם א ַײנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד 6 .און ער
זאָל אָפּשינדן דאָס בראַנדאָפּפֿער ,און עס צעשנ ַײדן אױף ז ַײנע
שטיקער 7 .און די קינדער פֿון אַהרן דעם כֹּהן זאָלן אַרױפֿטאָן פֿ ַײער
אױפֿן מזבח ,און אָנלײגן האָלץ אױפֿן פֿ ַײער 8 .און די קינדער פֿון
אַהרן ,די כֹּהנים ,זאָלן אױסלײגן די שטיקער ,דעם קאָפּ ,און דאָס
פֿעטס ,אױף דעם האָלץ װאָס איבער דעם פֿ ַײער װאָס אױפֿן מזבח9 .
און ז ַײנע אינגעװײד און ז ַײנע קני זאָל ער אָפּשװענקען אין װאַסער,