Page 3 - Vayikro
P. 3

‫ויקרא‬

‫און דער כֹּהן זאָל אַלצדינג דעמפֿן אױפֿן מזבח פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער‪,‬‬
                        ‫אַ פֿ ַײעראָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו גאָט‪.‬‬

‫‪ 10‬און אױב ז ַײן ָקרבן איז פֿון קלײנפֿי‪ ,‬פֿון שעפּסן אָדער פֿון ציגן‪,‬‬
‫פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער‪ ,‬זאָל ער אים ברענגען אַ ָזכר אָן אַ פֿעלער‪11 .‬‬
‫און ער זאָל אים שעכטן ב ַײ דער צפֿון‪-‬ז ַײט פֿון מזבח פֿאַר גאָט‪ ,‬און‬
‫די קינדער פֿון אַהרן‪ ,‬די כֹּהנים‪ ,‬זאָלן שפּרענגען ז ַײן בלוט אױפֿן‬
‫מזבח רונד אַרום‪ 12 .‬און ער זאָל אים צעשנ ַײדן אױף ז ַײנע שטיקער;‬
‫און דער כֹּהן זאָל זײ אױסלײגן מיטן קאָפּ און מיטן פֿעטס אױף דעם‬
‫האָלץ װאָס איבער דעם פֿ ַײער װאָס אױפֿן מזבח‪ 13 .‬און די‬
‫אינגעװײד און די קני זאָל ער אָפּשװענקען אין װאַסער; און דער כֹּהן‬
‫זאָל אַלצדינג גענענען‪ ,‬און דעמפֿן אױפֿן מזבח‪ .‬אַ בראַנדאָפּפֿער איז‬

                  ‫דאָס‪ ,‬אַ פֿ ַײעראָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו גאָט‪.‬‬

‫‪ 14‬און אױב אַ בראַנדאָפּפֿער פֿון עוֹפֿות איז ז ַײן ָקרבן צו גאָט‪ ,‬זאָל‬
‫ער ברענגען ז ַײן ָקרבן פֿון טורטלטױבן אָדער פֿון יונגע טױבן‪ 15 .‬און‬
‫דער כֹּהן זאָל אים גענענען צום מזבח‪ ,‬און אָפּקנ ַײפּן ז ַײן קאָפּ‪ ,‬און‬
‫דעמפֿן אױפֿן מזבח; און ז ַײן בלוט זאָל אױסגעקװעטשט װערן אױף‬
‫דער װאַנט פֿון מזבח‪ 16 .‬און ער זאָל אַראָפּנעמען ז ַײן װאָליע מיט‬
‫אירע פֿעדערן‪ ,‬און זי אַװעקגעװאַרפֿן לעבן מזבח אין מזרח‪-‬ז ַײט‪ ,‬אין‬
‫אָרט פֿון דער אַש‪ 17 .‬און ער זאָל אים אױפֿר ַײסן פֿאַר ז ַײנע פֿליגלען‪,‬‬
‫אָבער ניט פֿאַנאַנדערשײדן; און דער כֹּהן זאָל אים דעמפֿן אױפֿן‬
‫מזבח‪ ,‬אױף דעם האָלץ װאָס איבערן פֿ ַײער‪ .‬אַ בראַנדאָפּפֿער איז‬

                  ‫דאָס‪ ,‬אַ פֿ ַײעראָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו גאָט‪.‬‬

‫‪ 1‬און אַז עמיצער װעט ברענגען אַ שפּ ַײזאָפּפֿער צו גאָט‪ ,‬זאָל ז ַײן‬

‫ָקרבן ז ַײן פֿון זעמלמעל‪ ,‬און ער זאָל אַרױפֿגיסן אױף אים אײל‪,‬ב‬

‫און אַרױפֿטאָן אױף אים װ ַײרױך‪ 2 .‬און ער זאָל עס ברענגען צו די‬
‫קינדער פֿון אַהרן‪ ,‬די כֹּהנים; און ער זאָל אָנהױפֿן דערפֿון ז ַײן פֿולן‬
‫הױפֿן – פֿון ז ַײן זעמלמעל‪ ,‬און פֿון ז ַײן אײל‪ ,‬מיט ז ַײן גאַנצן װ ַײרױך‪,‬‬
‫און דער כֹּהן זאָל דעמפֿן ז ַײן דערמאָנונג אױפֿן מזבח‪ ,‬אַ פֿ ַײעראָפּפֿער‬
‫פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו גאָט‪ 3 .‬און דאָס איבעריקע פֿון דעם‬
‫שפּ ַײזאָפּפֿער איז פֿאַר אַהרֹנען און פֿאַר ז ַײנע קינדער; אַ הײליקסטע‬

                               ‫הײליקײט פֿון די פֿ ַײעראָפּפֿער פֿון גאָט‪.‬‬
   1   2   3   4   5   6   7   8