Page 8 - Vayikro
P. 8
ויקרא
דעמפֿן אױפֿן מזבח ,אַזױ װי דאָס פֿעטס פֿון דעם פֿרידאָפּפֿער; און
דער כֹּהן זאָל מ ַכפּר ז ַײן אױף אים פֿון װעגן ז ַײן זינד ,און אים װעט
פֿאַרגעבן װערן.
27און אױב אַן אײנצלנער מענטש פֿון דעם פֿאָלק פֿון לאַנד װעט
זינדיקן דורך אַ פֿאַרזע ,מיט װאָס ער װעט טאָן אײנע פֿון די
פֿאַרבאָטזאַכן פֿון גאָט װאָס טאָרן ניט געטאָן װערן ,און װעט זיך
פֿאַרשולדיקן; 28אױב מע מאַכט אים װיסן ז ַײן זינד װאָס ער האָט
געזינדיקט ,זאָל ער ברענגען פֿאַר ז ַײן ָקרבן אַ ציג אָן אַ פֿעלער ,אַ זי,
פֿאַר דער זינד װאָס ער האָט געזינדיקט 29 .און ער זאָל אָנלענען ז ַײן
האַנט אױפֿן קאָפּ פֿון דעם זינדאָפּפֿער ,און שעכטן דאָס זינדאָפּפֿער
אין דעם אָרט פֿון דעם בראַנדאָפּפֿער 30 .און דער כֹּהן זאָל נעמען
פֿון ז ַײן בלוט מיט ז ַײן פֿינגער ,און אַרױפֿטאָן אױף די הערנער פֿון
דעם מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער ,און דאָס גאַנצע בלוט ז ַײנס זאָל ער
אױסגיסן אָן גרונט פֿון מזבח 31 .און דאָס גאַנצע פֿעטס ז ַײנס זאָל
ער אַראָפּנעמען ,אַזױ װי דאָס פֿעטס װערט אַראָפּגענומען פֿון דעם
פֿרידאָפּפֿער; און דער כּהן זאָל עס דעמפֿן אױפֿן מזבח פֿאַר אַ
געשמאַקן ריח צו גאָט; און דער כֹּהן זאָל מ ַכפּר ז ַײן אױף אים ,און
אים װעט פֿאַרגעבן װערן.
32און אױב אַ שעפּס װעט ער ברענגען ז ַײן ָקרבן פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער,
זאָל ער ברענגען אַ זי אָן אַ פֿעלער 33 .און ער זאָל אָנלענען ז ַײן
האַנט אױפֿן קאָפּ פֿון זינדאָפּפֿער ,און זאָל עס שעכטן פֿאַר אַ
זינדאָפּפֿער ,אין דעם אָרט װוּ מע שעכט דאָס בראַנדאָפּפֿער 34 .און
דער כֹּהן זאָל נעמען פֿון דעם בלוט פֿון זינדאָפּפֿער מיט ז ַײן פֿינגער,
און אַרױפֿטאָן אױף די הערנער פֿון דעם מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער,
און דאָס גאַנצע בלוט ז ַײנס זאָל ער אױסגיסן אָן גרונט פֿון מזבח35 .
און דאָס גאַנצע פֿעטס ז ַײנס זאָל ער אַראָפּנעמען ,אַזױ װי דאָס
פֿעטס פֿון שעפּס װערט אַראָפּגענומען פֿון דעם פֿרידאָפּפֿער; און
דער כֹּהן זאָל עס דעמפֿן אױפֿן מזבח ,אױף די פֿ ַײעראָפּפֿער פֿון גאָט;
און דער כֹּהן זאָל מ ַכפּר ז ַײן אױף אים פֿון װעגן ז ַײן זינד װאָס ער
האָט געזינדיקט ,און אים װעט פֿאַרגעבן װערן.