Page 11 - Vayikro
P. 11

‫ויקרא‬

‫האָט אַזױ געזינדיקט און זיך פֿאַרשולדיקט‪ ,‬זאָל ער אומקערן די‬
‫גזלה װאָס ער האָט געגזלט‪ ,‬אָדער די קריװדע װאָס ער האָט‬
‫געקריװדעט‪ ,‬אָדער דעם א ַײנלאָג װאָס איז א ַײנגעלײגט געװאָרן ב ַײ‬
‫אים‪ ,‬אָדער דאָס פֿאַרלאָרענע װאָס ער האָט געפֿונען‪ 24 ,‬אָדער װאָס‬
‫נאָר ער האָט געשװאָרן דערױף פֿאַלש; און ער זאָל באַצאָלן דעם קרן‬
‫דערפֿון‪ ,‬און אַ פֿינפֿטל דערפֿון צולײגן דערצו; צו דעם װעמען עס‬
‫געהערט זאָל ער עס אָפּגעבן אין דעם טאָג װאָס ער שפּירט זיך‬
‫שולדיק‪ 25 .‬און ער זאָל ברענגען ז ַײן שולדאָפּפֿער צו גאָט‪ :‬אַ װידער‬
‫פֿון די שאָף‪ ,‬אָן אַ פֿעלער‪ ,‬לױט ד ַײן אָפּשאַצונג‪ ,‬פֿאַר אַ שולדאָפּפֿער‬
‫צום כֹּהן‪ 26 .‬און דער כֹּהן זאָל מ ַכפּר ז ַײן אױף אים פֿאַר גאָט‪ ,‬און‬
‫אים װעט פֿאַרגעבן װערן װאָס נאָר פֿון אַלעם דעם ער האָט געטאָן‬

                                          ‫זיך צו פֿאַרשולדיקן דערמיט‪.‬‬

                   ‫ַצו‬

‫‪ 1‬און גאָט האָט גערעדט צו משהן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ 2 :‬באַפֿעל‬

           ‫אַהרֹנען און ז ַײנע זין‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪:‬ו‬

‫דאָס איז דער דין פֿון דעם בראַנדאָפּפֿער‪ :‬דאָס איז דאָס װאָס גײט‬
‫אַרױף אױפֿן בראַנד אױפֿן מזבח אױף אַ גאַנצע נאַכט ביז אין דער‬
‫פֿרי; און דאָס פֿ ַײער פֿון מזבח זאָל געהאַלטן װערן אין ברענען‬
‫דערױף‪ 3 .‬און דער כֹּהן זאָל אָנטאָן ז ַײן ל ַײנען קלײד‪ ,‬און ל ַײנענע‬
‫הױזן זאָל ער אָנטאָן אױף ז ַײן ל ַײב; און ער זאָל אַראָפּנעמען די אַש‬
‫אױף װאָס דאָס פֿ ַײער האָט פֿאַרצערט דאָס בראַנדאָפּפֿער אױפֿן‬
‫מזבח‪ ,‬און ער זאָל עס אַהינטאָן לעבן מזבח‪ 4 .‬און ער זאָל אױסטאָן‬
‫ז ַײנע קלײדער‪ ,‬און אָנטאָן אַנדערע קלײדער‪ ,‬און אַרױסטראָגן די אַש‬
‫אױסן לאַגער אין אַ רײנעם אָרט‪ 5 .‬און דאָס פֿ ַײער אױפֿן מזבח זאָל‬
‫געהאַלטן װערן אין ברענען דערױף‪ ,‬עס זאָל ניט פֿאַרלאָשן װערן‪ .‬און‬
‫דער כֹּהן זאָל אָנצינדן דערױף האָלץ פֿרימאָרגן אין פֿרימאָרגן; און‬
‫ער זאָל אױסלײגן דערױף דאָס בראַנדאָפּפֿער‪ ,‬און דעמפֿן דערױף‬
‫דאָס פֿעטס פֿון די פֿרידאָפּפֿער‪ 6 .‬אַ פֿ ַײער זאָל תּמיד געהאַלטן װערן‬

                ‫אין ברענען אױפֿן מזבח; עס זאָל ניט פֿאַרלאָשן װערן‪.‬‬

‫‪ 7‬און דאָס איז דער דין פֿון דעם שפּ ַײזאָפּפֿער‪ :‬די קינדער פֿון אַהרן‬
‫זאָלן עס גענענען פֿאַר גאָט פֿאָרנט פֿון מזבח‪ 8 .‬און ער זאָל‬
‫אַראָפּנעמען דערפֿון מיט ז ַײן הױפֿן‪ :‬פֿון דעם זעמלמעל פֿון דעם‬
   6   7   8   9   10   11   12   13   14   15   16