Page 16 - Vayikro
P. 16
ויקרא
דעם קאָרב אומגעז ַײערטן ברױט; 3און די גאַנצע עדה זאַמל א ַײן
צום א ַײנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד.
4האָט משה געטאָן אַזױ װי גאָט האָט אים באַפֿױלן; און די עדה
האָט זיך א ַײנגעזאַמלט צום א ַײנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד 5 .און משה
האָט געזאָגט צו דער עדה :דאָס איז די זאַך װאָס גאָט האָט באַפֿױלן
צו טאָן 6 .און משה האָט געמאַכט גענענען אַהרֹנען און ז ַײנע זין,
און ער האָט זײ געװאַשן מיט װאַסער 7 .און ער האָט אַרױפֿגעטאָן
אױף אים דאָס העמדל ,און אים אַרומגעגורט מיטן גאַרטל ,און אים
אָנגעקלײדט דעם מאַנטל ,און אַרױפֿגעטאָן אױף אים דעם ֵאפוֹד ,און
אים אַרומגעגורט מיט דעם אַרומבאַנד פֿון ֵאפוֹד ,און אים אָנגעבונדן
דעם ֵאפוֹד דערמיט 8 .און ער האָט אָנגעטאָן אױף אים דעם חושן,
און אַרױפֿגעטאָן אױפֿן חושן די אורים-ותּומים 9 .און ער האָט אים
אָנגעטאָן די הױב אױפֿן קאָפּ ,און אַרױפֿגעטאָן אױף דער הױב ,אױף
דער פאָדערז ַײט ,דאָס גילדלערנע שטערנבלעך ,די הײליקע קרױן,
אַזױ װי גאָט האָט משהן באַפֿױלן 10 .און משה האָט גענומען דאָס
אײל פֿון זאַלבונג ,און האָט געזאַלבט דעם ִמשכּן און אַלץ װאָס אין
אים ,און האָט זײ געהײליקט 11 .און ער האָט געשפּריצט דערפֿון
אױפֿן מזבח זיבן מאָל; און ער האָט געזאַלבט דעם מזבח ,און אַלע
ז ַײנע כּלים ,און דעם האַנטפאַס און ז ַײן געשטעל ,זײ צו הײליקן12 .
און ער האָט אַרױפֿגעגאָסן פֿון דעם אײל פֿון זאַלבונג אױף אַהרנס
קאָפּ ,און האָט אים געזאַלבט ,אים צו הײליקן 13 .און משה האָט
געמאַכט גענענען אַהרנס זין ,און האָט זײ אָנגעטאָן העמדלעך ,און
זײ אָנגעגורט גאַרטלען ,און זײ אָנגעבונדן היטלען ,אַזױ װי גאָט האָט
משהן באַפֿױלן 14 .און ער האָט געמאַכט גענענען דעם אָקס פֿון
זינדאָפּפֿער ,און אַהרן און ז ַײנע זין האָבן אָנגעלענט זײערע הענט
אױפֿן קאָפּ פֿון דעם אָקס פֿון זינדאָפּפֿער 15 .און מע האָט אים
געשאָכטן; און משה האָט גענומען דאָס בלוט ,און האָט אַרױפֿגעטאָן
מיט ז ַײן פינגער אױף די הערנער פֿון מזבח רונד אַרום ,און
גערײניקט דעם מזבח ,און דאָס איבעריקע בלוט האָט ער
אױסגעגאָסן אָן גרונט פֿון מזבח ,און אים געהײליקט ,כּדי מ ַכפּר צו
ז ַײן אױף אים 16 .און ער האָט גענומען דאָס גאַנצע פֿעטס װאָס אױף
די אינגעװײד ,און דאָס רױטפֿלײש פֿון לעבער ,און בײדע נירן און
זײער פֿעטס ,און משה האָט עס געדעמפֿט אױפֿן מזבח 17 .און דעם
אָקס מיט ז ַײן פֿעל ,און ז ַײן פֿלײש ,און ז ַײן מיסט ,האָט מען
פֿאַרברענט אין פֿ ַײער אױסן לאַגער ,אַזױ װי גאָט האָט משהן