Page 17 - Vayikro
P. 17
ויקרא
באַפֿױלן 18 .און ער האָט געמאַכט גענענען דעם װידער פֿון
בראַנדאָפּפֿער ,און אַהרן און ז ַײנע זין האָבן אָנגעלענט זײערע הענט
אױפֿן קאָפּ פֿון דעם װידער 19 .און מע האָט אים געשאָכטן ,און
משה האָט געשפּרענגט דאָס בלוט אױפֿן מזבח רונד אַרום 20 .און
דעם װידער האָט מען צעשניטן אױף ז ַײנע שטיקער ,און משה האָט
געדעמפֿט דעם קאָפּ און די שטיקער און דאָס פֿעטס 21 .און די
אינגעװײד און די קני האָט מען אָפּגעשװענקט מיט װאַסער ,און
משה האָט געדעמפֿט דעם גאַנצן װידער אױפֿן מזבח; אַ
בראַנדאָפּפֿער איז דאָס געװען ,פֿאַר אַ געשמאַקן ריח אַ פֿ ַײעראָפּפֿער
איז דאָס געװען צו גאָט ,אַזױ װי גאָט האָט משהן באַפֿױלן 22 .און
ער האָט געמאַכט גענענען דעם צװײטן װידער ,דעם װידער פֿון
דערפֿילונג ,און אַהרן און ז ַײנע זין האָבן אָנגעלענט זײערע הענט
אױפֿן קאָפּ פֿון דעם װידער 23 .און מע האָט אים געשאָכטן ,און
משה האָט גענומען פֿון ז ַײן בלוט ,און אַרױפֿגעטאָן אױף אַהרנס
רעכטן אױערלעפּל ,און אױפֿן דױמען פֿון ז ַײן רעכטער האַנט ,און
אױפֿן דױמען פֿון ז ַײן רעכטן פוס 24 .און מע האָט געמאַכט גענענען
אַהרנס זין ,און משה האָט אַרױפֿגעטאָן פֿון דעם בלוט אױף זײער
רעכטן אױערלעפּל ,און אױפֿן דױמען פֿון זײער רעכטער האַנט ,און
אױפֿן דױמען פֿון זײער רעכטן פוס; און משה האָט געשפּרענגט דאָס
בלוט אױפֿן מזבח רונד אַרום 25 .און ער האָט גענומען דאָס פֿעטס,
און דעם װײדל ,און דאָס גאַנצע פֿעטס װאָס אױף די אינגעװײד ,און
דאָס רױטפֿלײש פֿון לעבער ,און בײדע נירן און זײער פֿעטס ,און
דעם רעכטן שענקל 26 .און פֿון דעם קאָרב אומגעז ַײערטן ברױט
װאָס פֿאַר גאָט ,האָט ער גענומען אײן אומגעז ַײערטע חלה ,און אײן
חלה ברױט אױף אײל ,און אײן קוכן ,און האָט אַרױפֿגעטאָן אױפֿן
פֿעטס ,און אױפֿן רעכטן שענקל 27 .און ער האָט אַרױפֿגעלײגט
אַלצדינג אױף די הענט פֿון אַהרֹנען ,און אױף די הענט פֿון ז ַײנע זין,
און האָט זײ אױפֿגעהױבן אַן אױפֿהײבונג פֿאַר גאָט 28 .און משה
האָט עס צוגענומען פֿון זײערע הענט ,און געדעמפֿט אױפֿן מזבח
איבערן בראַנדאָפּפֿער; אַ דערפֿילונג ז ַײנען זײ געװען ,פֿאַר אַ
געשמאַקן ריח; אַ פֿ ַײעראָפּפֿער איז דאָס געװען צו גאָט 29 .און משה
האָט גענומען די ברוסט ,און האָט זי אױפֿגעהױבן אַן אױפֿהײבונג
פֿאַר גאָט; דאָס איז געװען משהן צום חלק פֿון דעם װידער פֿון
דערפֿילונג ,אַזױ װי גאָט האָט משהן באַפֿױלן 30 .און משה האָט
גענומען פֿון דעם אײל פֿון זאַלבונג ,און פֿון דעם בלוט װאָס אױפֿן
מזבח ,און האָט געשפּריצט אױף אַהרֹנען ,אױף ז ַײנע קלײדער ,און