Page 22 - Vayikro
P. 22
ויקרא
װאָס געטראָפֿן ,און אַז איך װאָלט געגעסן דאָס זינדאָפּפֿער ה ַײנט,
װאָלט עס דען װוילגעפֿעלן אין די אױגן פֿון גאָט? 20און משה האָט
צוגעהערט ,און עס איז װױלגעפֿעלן אין ז ַײנע אױגן.
1און גאָט האָט גערעדט צו משהן און צו אַהרֹנען ,זײ אַזױ
צו זאָגן 2:רעדט צו די קינדער פֿון ישׂראל ,אַזױ צו זאָגן :דאָסיא
ז ַײנען די לעבעדיקע זאַכן װאָס איר מעגט עסן פֿון אַלע בהמות װאָס
אױף דער ערד 3 .איטלעכע װאָס איז באַקלױט מיט קלױען ,און די
קלױען ז ַײנען ב ַײ איר צעשפּאָלטן ,װאָס איז ַמ ֲע ֵלהֵ-ג ֶרה צװישן
בהמות ,זי מעגט איר עסן 4 .אָבער די דאָזיקע טאָרט איר ניט עסן
פֿון די װאָס ז ַײנען ַמ ֲע ֵלהֵ-ג ֶרה ,און פֿון די װאָס ז ַײנען באַקלױט מיט
קלױען :דעם קעמל ,װ ַײל ַמ ֲע ֵלהֵ-ג ֶרה איז ער ,אָבער מיט קלױען איז
ער ניט באַקלױט; ער איז אומרײן פֿאַר א ַײך 5 .און דעם קיניגל ,װ ַײל
ַמ ֲע ֵלהֵ-ג ֶרה איז ער ,אָבער מיט קלױען איז ער ניט באַקלױט; ער איז
אומרײן פֿאַר א ַײך 6 .און דעם האָז ,װ ַײל ַמ ֲע ֵלהֵ-ג ֶרה איז ער ,אָבער
מיט קלױען איז ער ניט באַקלױט; ער איז אומרײן פֿאַר א ַײך 7 .און
דעם חזיר ,װ ַײל באַקלױט מיט קלױען איז ער ,און די קלױען ז ַײנען
ב ַײ אים צעשפּאָלטן ,אָבער ער איז ניט ַמ ֲע ֵלהֵ-ג ֶרה; ער איז אומרײן
פֿאַר א ַײך 8 .פֿון זײער פֿלײש טאָרט איר ניט עסן ,און אָן זײער נבֿלה
טאָרט איר זיך ניט אָנרירן; אומרײן ז ַײנען זײ פֿאַר א ַײך.
9די דאָזיקע מעגט איר עסן פֿון אַלץ װאָס אין װאַסער :אַלץ װאָס
האָט פֿלוספֿעדערן און שופּן אין װאַסער ,אין די ימען און אין די
ט ַײכן ,זײ מעגט איר עסן 10 .און אַלץ װאָס האָט ניט פֿלוספֿעדערן
און שופּן ,אין די ימען און אין די ט ַײכן ,פֿון אַלע װידמענונגען פֿון
װאַסער ,און פֿון אַלע לעבעדיקע באַשעפֿענישן װאָס אין װאַסער ,זײ
ז ַײנען אַן אומװערדיקײט פֿאַר א ַײך 11 .און אַן אומװערדיקײט זאָלן
זײ א ַײך ז ַײן; פֿון זײער פֿלײש זאָלט איר ניט עסן ,און זײער נבֿלה
זאָלט איר פֿאַראומװערדיקן 12 .אַלץ װאָס האָט ניט קײן
פֿלוספֿעדערן און שופּן אין װאַסער ,דאָס איז אַן אומװערדיקײט פֿאַר
א ַײך.
13און די דאָזיקע זאָלט איר פֿאַראומװערדיקן פֿון פֿױגלען; זײ טאָרן
ניט געגעסן װערן; אַן אומװערדיקײט ז ַײנען זײ :דעם אָדלער ,און