Page 25 - Vayikro
P. 25
ויקרא
יהוה װאָס האָט א ַײך אױפֿגעבראַכט פֿון לאַנד ִמצ ַר ִים ,א ַײך צו ז ַײן
צום גאָט; דרום זאָלט איר ז ַײן הײליק ,װ ַײל איך בין הײליק.
46דאָס איז דער דין פֿון בהמות ,און פֿױגלען ,און יעטװעדער
לעבעדיקער באַשעפעניש װאָס װידמענט זיך אין װאַסער ,און װעגן
יעטװעדער באַשעפעניש װאָס קריכט אױף דער ערד 47 ,כּדי
אָפּצושײדן צװישן אומרײנעם און רײנעם ,און צװישן דער
לעבעדיקער זאַך װאָס מעג געגעסן װערן ,און דער לעבעדיקער זאַך
װאָס טאָר ניט געגעסן װערן.
ַת ְז ִרי ַע
1און גאָט האָט גערעדט צו משהן ,אַזױ צו זאָגן 2 :רעד צו די
קינדער פֿון ישׂראל ,אַזױ צו זאָגן:יב
אַ פֿרױ אַז זי װעט געלעגן װערן ,און געבערן אַ י ִינגל ,זאָל זי ז ַײן
אומרײן זיבן טעג; אַזױ װי די טעג פֿון דער אָפּזונדערונג אין איר
קראַנקשאַפֿט זאָל זי ז ַײן אומרײן 3 .און אױפֿן אַכטן טאָג זאָל גע ַמלט
װערן דאָס פֿלײש פֿון ז ַײן פאָרהױט 4 .און דר ַײסיק טעג מיט דר ַײ טעג
זאָל זי בל ַײבן אין דעם בלוט פֿון רײניקונג; אָן קײן הײליקער זאַך
זאָל זי זיך ניט אָנרירן ,און אין הײליקטום זאָל זי ניט קומען ,ביז די
טעג פֿון איר רײניקונג װערן פול 5 .אױב אָבער זי װעט געבערן אַ
מײדל ,זאָל זי ז ַײן אומרײן צװײ װאָכן ,אַזױ װי אין איר אָפּזונדערונג,
און זעכציק טעג מיט זעקס טעג זאָל זי בל ַײבן אין דעם בלוט פֿון
רײניקונג 6 .און אַז די טעג פֿון איר רײניקונג װערן פול ,ב ַײ אַ יִינגל
אָדער ב ַײ אַ מײדל ,זאָל זי ברענגען אַ יאָריקן שעפּס פֿאַר אַ
בראַנדאָפּפֿער ,און אַ יונגע טױב ,אָדער אַ טורטלטױב ,פֿאַר אַ
זינדאָפּפֿער ,צום א ַײנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד ,צום כֹּהן 7 .און ער זאָל
עס מקריבֿ ז ַײן פֿאַר גאָט ,און מ ַכפּר ז ַײן אױף איר ,און זי װעט װערן
רײן פֿון איר בלוטקװאַל.
דאָס איז דער דין פֿון אַ קימפּעטאָרין ,ב ַײ אַ יִינגל אָדער ב ַײ אַ מײדל.
8און אױב איר האַנט פֿאַרמאָגט ניט גענוג אױף אַ לאַם ,זאָל זי
נעמען צװײ טורטלטױבן ,אָדער צװײ יונגע טױבן ,אײנע פֿאַר אַ
בראַנדאָפּפֿער ,און אײנע פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער; און דער כֹּהן זאָל מ ַכפּר
ז ַײן אױף איר ,און זי װעט װערן רײן.