Page 30 - Vayikro
P. 30
ויקרא
אױסשלאָג האָט זיך ניט פֿאַרשפּרײט אין דעם בגד ,אָדער אין דעם
גרונטװעב ,אָדער אין דעם דורכװאַרף ,אָדער אין װאָסער עס איז זאַך
פֿון פֿעל 54 ,זאָל דער כֹּהן הײסן מע זאָל װאַשן דאָס װאָס דער
אױסשלאָג איז דערין ,און ער זאָל עס א ַײנשליסן אַ צװײט מאָל אױף
זיבן טעג 55 .און אַז דער כֹּהן װעט זען ,נאָכדעם װי מע האָט
געװאַשן דעם אױסשלאָג ,ערשט דער אױסשלאָג האָט ניט געביטן
ז ַײן אָנבליק ,הגם דער אױסשלאָג האָט זיך ניט פֿאַרשפּרײט ,איז דאָס
אומרײן; אין פֿ ַײער זאָלסטו עס פֿאַרברענען .אַן אױסעסונג איז דאָס,
ס ַײ דאָס איז אױף דער לינקער ז ַײט ,ס ַײ אױף דער רעכטער 56 .און
אױב דער כֹּהן װעט זען ,ערשט דער אױסשלאָג איז געװאָרן מאַט
נאָכדעם װי מע האָט אים געװאַשן ,זאָל ער אים אַראָפּר ַײסן פֿון דעם
בגד ,אָדער פֿון דעם פֿעל ,אָדער פֿון דעם גרונטװעב ,אָדער פֿון דעם
דורכװאַרף 57 .און אױב ער װעט זיך װידער באַװ ַײזן אין דעם בגד,
אָדער אין דעם גרונטװעב ,אָדער אין דעם דורכװאַרף ,אָדער אין
װאָסער עס איז זאַך פֿון פֿעל – ברעכט דאָס אױס; זאָלסטו אין פֿ ַײער
פֿאַרברענען דאָס װאָס דער אױסשלאָג איז דערין 58 .און דער בגד,
אָדער דער גרונטװעב ,אָדער דער דורכװאַרף ,אָדער װאָסער עס איז
זאַך פֿון פֿעל ,װאָס דו װעסט װאַשן און דער אױסשלאָג װעט זיך
אָפּטאָן דערפֿון ,זאָל געװאַשן װערן אַ צװײט מאָל ,און ז ַײן רײן.
59דאָס איז דער דין פֿון דער פּלאָג פֿון צרעת אין אַ בגד פֿון װאָל
אָדער פֿלאַקס ,אָדער אין גרונטװעב ,אָדער אין דורכװאַרף ,אָדער אין
װאָסער עס איז זאַך פֿון פֿעל ,דאָס צו מאַכן פֿאַר רײן ,אָדער דאָס צו
מאַכן פֿאַר אומרײן.
מצוֹרע
1און גאָט האָט גערעדט צו משהן ,אַזױ צו זאָגן 2 :דאָס זאָל
ז ַײן דער דין פֿון מצוֹרע אין טאָג פֿון ז ַײן רײניקונג :ער זאָליד
געבראַכט װערן צום כֹּהן 3 .און דער כֹּהן זאָל אַרױסגײן אױסן
לאַגער ,און אַז דער כֹּהן װעט זען ,ערשט די פּלאָג פֿון צרעת איז
פֿאַרהײלט אױפֿן מצוֹרע 4 ,זאָל דער כֹּהן הײסן מע זאָל נעמען פֿאַר
דעם װאָס רײניקט זיך צװײ לעבעדיקע רײנע פֿױגלען ,און
צעדערהאָלץ ,און װערמילרױט ,און ֵאזוֹבֿ-גראָז 5 .און דער כֹּהן זאָל
הײסן מע זאָל שעכטן אײן פֿױגל אין אַ לײמענער כּלי איבער