Page 31 - Vayikro
P. 31

‫ויקרא‬

‫לעבעדיקע װאַסער‪ 6 .‬דעם לעבעדיקן פֿױגל‪ ,‬אים זאָל ער נעמען‪ ,‬און‬
‫דאָס צעדערהאָלץ‪ ,‬און דאָס װערמילרױט‪ ,‬און דאָס ֵאזוֹבֿ‪-‬גראָז‪ ,‬און‬
‫א ַײנטונקען זײ און דעם לעבעדיקן פֿױגל אין דעם בלוט פֿון דעם‬
‫פֿױגל װאָס איז געשאָכטן געװאָרן איבערן לעבעדיקן װאַסער‪ 7 .‬און‬
‫ער זאָל שפּריצן אױף דעם װאָס רײניקט זיך פֿון דער צרעת‪ ,‬זיבן‬
‫מאָל‪ ,‬און אים מאַכן רײן;און ער זאָל אַװעקלאָזן דעם לעבעדיקן‬
‫פֿױגל אױפֿן פֿר ַײען פֿעלד‪ 8 .‬און דער װאָס רײניקט זיך‪ ,‬זאָל װאַשן‬
‫ז ַײנע קלײדער‪ ,‬און אָפּגאָלן ז ַײנע גאַנצע האָר‪ ,‬און זיך באָדן אין‬
‫װאַסער‪ ,‬און װערן רײן; און דערנאָך מעג ער אַר ַײנקומען אין לאַגער‪,‬‬
‫אָבער ער זאָל זיצן דרױסן פֿון ז ַײן געצעלט זיבן טעג‪ 9 .‬און עס זאָל‬
‫ז ַײן אױפֿן זיבעטן טאָג‪ ,‬זאָל ער אָפּגאָלן ז ַײנע גאַנצע האָר‪ ,‬ז ַײן קאָפּ‪,‬‬
‫און ז ַײן באָרד‪ ,‬און די ברעמען פֿון ז ַײנע אױגן – ז ַײנע גאַנצע האָר‬
‫זאָל ער אָפּגאָלן; און ער זאָל װאַשן ז ַײנע קלײדער‪ ,‬און באָדן ז ַײן ל ַײב‬
‫אין װאַסער‪ ,‬און ז ַײן רײן‪ 10 .‬און אױפֿן אַכטן טאָג זאָל ער נעמען‬
‫צװײ שעפּסן אָן אַ פֿעלער‪ ,‬און אײן שאָף אַ יאָריקע אָן אַ פֿעלער‪ ,‬און‬
‫דר ַײ צענטל זעמלמעל פֿאַר אַ שפּ ַײזאָפּפֿער‪ ,‬פֿאַרמישט מיט אײל‪ ,‬און‬
‫אײן לוֹג אײל‪ 11 .‬און דער כֹּהן װאָס רײניקט‪ ,‬זאָל אַװעקשטעלן דעם‬
‫מאַן װאָס רײניקט זיך‪ ,‬און זײ‪ ,‬פֿאַר גאָט‪ ,‬ב ַײם א ַײנגאַנג פֿון אוֹהל‪-‬‬
‫מוֹעד‪ 12 .‬און דער כֹּהן זאָל נעמען אײן שעפּס און אים ברענגען פֿאַר‬
‫אַ שולדאָפּפֿער מיט דעם לוֹג אײל‪ ,‬און ער זאָל זײ אױפֿהײבן אַן‬
‫אױפֿהײבוגן פֿאַר גאָט‪ 13 .‬און ער זאָל שעכטן דעם שעפּס אין דעם‬
‫אָרט װוּ מע שעכט דאָס זינדאָפּפֿער און דאָס בראַנדאָפּפֿער‪ ,‬אין אַ‬
‫הײליקן אָרט; װאָרום אַזױ װי דאָס זינדאָפּפֿער איז דאָס שולדאָפּפֿער‬
‫פֿאַרן כֹּהן; אַ הײליקסטע הײליקײט איז דאָס‪ 14 .‬און דער כֹּהן זאָל‬
‫נעמען פֿון דעם בלוט פֿון שולדאָפּפֿער‪ ,‬און דער כֹּהן זאָל אַרױפֿטאָן‬
‫אױפֿן רעכטן אױערלעפּל פֿון דעם װאָס רײניקט זיך‪ ,‬און אױפֿן‬
‫דױמען פֿון ז ַײן רעכטער האַנט‪ ,‬און אױפֿן דױמען פֿון ז ַײן רעכטן פוס‪.‬‬
‫‪ 15‬און דער כֹּהן זאָל נעמען פֿון דעם לוֹג אײל‪ ,‬און אַרױפֿגיסן אױף‬
‫דער לינקער האַנטפֿלעך פֿון כֹּהן‪ 16 .‬און דער כֹּהן זאָל א ַײנטונקען‬
‫ז ַײן רעכטן פינגער אין דעם אײל װאָס אױף ז ַײן לינקער האַנטפֿלעך‪,‬‬
‫און שפּריצן פֿון דעם אײל מיט ז ַײן פינגער זיבן מאָל פֿאַר גאָט‪17 .‬‬
‫און פֿון דעם רעשט אײל װאָס אױף ז ַײן האַנטפֿלעך זאָל דער כֹּהן‬
‫אַרױפֿטאָן אױפֿן רעכטן אױערלעפּל פֿון דעם װאָס רײניקט זיך‪ ,‬און‬
‫אױפֿן דױמען פֿון ז ַײן רעכטער האַנט‪ ,‬און אױפֿן דױמען פֿון ז ַײן‬
‫רעכטן פוס‪ ,‬איבערן בלוט פֿון שולדאָפּפֿער‪ 18 .‬און װאָס בל ַײבט‬
‫איבער פֿון דעם אײל װאָס אױף דעם כֹּהנס האַנטפֿלעך‪ ,‬זאָל ער‬
   26   27   28   29   30   31   32   33   34   35   36