Page 34 - Vayikro
P. 34

‫ויקרא‬

‫װאָס עסט אין דעם הױז‪ ,‬זאָל װאַשן ז ַײנע קלײדער‪ 48 .‬און אױב‬
‫קומען װעט קועמן דער כֹּהן און װעט זען‪ ,‬ערשט דער אױסשלאָג‬
‫האָט זיך ניט פֿאַרשפּרײט אין הױז נאָכן פֿאַרקלעפּן דאָס הױז‪ ,‬זאָל‬
‫דער כֹּהן מאַכן דאָס הױז פֿאַר רײן‪ ,‬װאָרום דער אױסשלאָג האָט זיך‬
‫פֿאַרהײלט‪ 49 .‬און ער זאָל נעמען אױף צו רײניקן דאָס הױז‪ ,‬צװײ‬
‫פֿױגלען‪ ,‬און צעדערהאָלץ‪ ,‬און װערמילרױט‪ ,‬און ֵאזוֹבֿ‪-‬גראָז‪ 50 .‬און‬
‫ער זאָל שעכטן אײן פֿױגל אין אַ לײמענער כּלי איבער לעבעדיקע‬
‫װאַסער‪ 51 .‬און ער זאָל נעמען דאָס צעדערהאָלץ‪ ,‬און דאָס ֵאזוֹבֿ‪-‬‬
‫גראָז‪ ,‬און דאָס װערמילרױט‪ ,‬און דעם לעבעדיקן פֿױגל‪ ,‬און ער זאָל‬
‫זײ א ַײנטונקען אינעם בלוט פֿון דעם געשאָכטענעם פֿױגל‪ ,‬און‬
‫אינעם לעבעדיקן װאַסער‪ ,‬און שפּריצן אױפֿן הױז זיבן מאָל‪ 52 .‬און‬
‫ער זאָל רײניקן דאָס הױז מיטן בלוט פֿון דעם פֿױגל‪ ,‬און מיטן‬
‫לעבעדיקן װאַסער‪ ,‬און מיטן לעבעדיקן פֿױגל‪ ,‬און מיטן‬
‫צעדערהאָלץ‪ ,‬און מיטן ֵאזוֹבֿ‪-‬גראָז‪ ,‬און מיטן װערמילרױט‪ 53 .‬און ער‬
‫זאָל אַװעקלאָזן דעם לעבעדיקן פֿױגל אױסן שטאָט אױפֿן פֿר ַײען‬

       ‫פֿעלד; און ער זאָל מ ַכפּר ז ַײן אױפֿן הױז‪ ,‬און עס װעט ז ַײן רײן‪.‬‬

‫‪ 54‬דאָס איז דער דין פֿאַר יעטװעדער פּלאָג פֿון צרעת‪ ,‬און פֿאַר‬
‫שלעכטע קרעץ‪ 55 ,‬און פֿאַר צרעת פֿון אַ בגד‪ ,‬און פֿאַר אַ הױז‪56 ,‬‬
‫און פֿאַר אַ געשװילעכץ‪ ,‬און פֿאַר אַ גרינד‪ ,‬און פֿאַר אַ פֿלעק; ‪ 57‬כּדי‬
‫צו לערנען װען עס איז אומרײן‪ ,‬און װען עס איז רײן‪ .‬דאָס איז דער‬

                                                          ‫דין פֿון צרעת‪.‬‬

‫‪ 1‬און גאָט האָט גערעדט צו משהן און צו אַהרֹנען‪ ,‬אַזױ צו‬

‫זאָגן‪ 2 :‬רעדט צו די קינדער פֿון ישׂראל‪ ,‬און איר זאָלט זאָגןטו‬
                                                                  ‫צו זײ‪:‬‬

‫יעטװעדער מאַן‪ ,‬אַז ער װעט ז ַײן פֿלוסיק פֿון ז ַײן ל ַײב‪ ,‬איז ז ַײן‬
‫פֿליסונג אומרײן‪ 3 .‬און דאָס זאָל ז ַײן ז ַײן אומרײנקײט אין ז ַײן‬
‫פֿליסונג‪ :‬ס ַײ ז ַײן ל ַײב רינט מיט ז ַײן פֿליסונג‪ ,‬ס ַײ ז ַײן ל ַײב איז‬
‫פֿאַרשטאָפּט פֿון ז ַײן פֿליסונג‪ ,‬איז דאָס ז ַײן אומרײנקײט‪ 4 .‬איטלעך‬
‫געלעגער װאָס דער פֿלוסיקער װעט דערױף ליגן‪ ,‬זאָל ז ַײן אומרײן‪,‬‬
‫און איטלעכע זאַך װאָס ער װעט דערױף זיצן‪ ,‬זאָל ז ַײן אומרײן‪ 5 .‬און‬
‫אַ מאַן װאָס װעט זיך אָנרירן אָן ז ַײן געלעגער‪ ,‬זאָל װאַשן ז ַײנע‬
   29   30   31   32   33   34   35   36   37   38   39