Page 38 - Vayikro
P. 38

‫ויקרא‬

‫און ז ַײנע פולע הױפנס דינעם װ ַײרױך פֿון שמעקעדיקע געװירצן‪ ,‬און‬
‫ברענגען אינעװײניק פֿון ָפּרוֹ ֶכת‪ 13 .‬און ער זאָל אַרױפֿטאָן דעם‬
‫װ ַײרױך אױפֿן פֿ ַײער פֿאַר גאָט‪ ,‬און דער װאָלקן פֿון דעם װ ַײרױך זאָל‬
‫פֿאַרדעקן דעם דעק װאָס איבערן געזעץ‪ ,‬כּדי ער זאָל ניט שטאַרבן‪.‬‬
‫‪ 14‬און ער זאָל נעמען פֿון דעם בלוט פֿון אָקס‪ ,‬און שפּריצן מיט ז ַײן‬
‫פינגער אױפֿן דעק צו מזרח; און פֿאַרן דעק זאָל ער שפּריצן פֿון דעם‬
‫בלוט זיבן מאָל מיט ז ַײן פינגער‪ 15 .‬און ער זאָל שעכטן דעם באָק‬
‫פֿון זינדאָפּפֿער װאָס פֿאַרן פֿאָלק‪ ,‬און ברענגען ז ַײן בלוט אינעװײניק‬
‫פֿון ָפּרוֹ ֶכת‪ ,‬און טאָן מיט ז ַײן בלוט אַזױ װי ער האָט געטאָן מיט דעם‬
‫בלוט פֿון אָקס‪ ,‬און עס שפּריצן אױפֿן דעק און פֿאַרן דעק‪ 16 .‬און ער‬
‫זאָל מ ַכפּר ז ַײן אױף דעם הײליקטום פֿון װעגן די אומרײנקײטן פֿון די‬
‫קינדער פֿון ישׂראל‪ ,‬און פֿון װעגן זײערע פֿאַרברעכן אין אַלע זײערע‬
‫חטאים; און אַזױ זאָל ער טאָן צום אוֹהל‪-‬מוֹעד װאָס רוט ב ַײ זײ אין‬
‫מיטן פֿון זײערע אומרײנקײטן‪ 17 .‬און קײן מענטש זאָל ניט ז ַײן אין‬
‫אוֹהל‪-‬מוֹעד‪ ,‬װען ער קומט מ ַכפּר צו ז ַײן אין הײליקטום‪ ,‬ביז ער גײט‬
‫אַרױס‪ .‬און ער זאָל מ ַכפּר ז ַײן אױף זיך‪ ,‬און אױף ז ַײן הױזגעזינט‪ ,‬און‬
‫אױף דער גאַנצער א ַײנזאַמלונג פֿון ישׂראל‪ 18 .‬און ער זאָל אַרױסגײן‬
‫צום מזבח װאָס פֿאַר גאָט‪ ,‬און מ ַכפּר ז ַײן אױף אים; און ער זאָל‬
‫נעמען פֿון דעם בלוט פֿון אָקס‪ ,‬און פֿון דעם בלוט פֿון באָק‪ ,‬און‬
‫אַרױפֿטאָן אױף די הערנער פֿון מזבח רונד אַרום‪ 19 .‬און ער זאָל‬
‫שפּריצן אױף אים פֿון דעם בלוט מיט ז ַײן פינגער זיבן מאָל‪ ,‬און אים‬
‫רײניקן‪ ,‬און אים הײליקן פֿון די אומרײנקײטן פֿון די קינדער פֿון‬
‫ישׂראל‪ 20 .‬און אַז ער װעט ענדיקן מ ַכפּר ז ַײן אױפֿן הײליקטום‪ ,‬און‬
‫אױפֿן אוֹהל‪-‬מוֹעד‪ ,‬און אױפֿן מזבח‪ ,‬זאָל ער מאַכן גענענען דעם‬
‫לעבעדיקן באָק‪ 21 .‬און אַהרן זאָל אָנלענען ז ַײנע בײדע הענט אױפֿן‬
‫קאָפּ פֿון דעם לעבעדיקן באָק‪ ,‬און זיך מתװדה ז ַײן איבער אים אױף‬
‫אַלע זינד פֿון די קינדער פֿון ישׂראל‪ ,‬און אױף אַלע זײערע פֿאַרברעכן‬
‫אין אַלע זײערע חטאים; און ער זאָל זײ אַרױפֿטאָן אױפֿן קאָפּ פֿון‬
‫דעם באָק‪ ,‬און אים אַװעקשיקן דורך דער האַנט פֿון אַן אומיסטנעם‬
‫מענטשן אין מדבר‪ 22 .‬און דער באָק זאָל אַװעקטראָגן אױף זיך אַלע‬
‫זײערע זינד אין אַן אָפּגעשניטענעם לאַנד; און ער זאָל אַװעקלאָזן‬
‫דעם באָק אין דער מדבר‪ 23 .‬און אַהרן זאָל אַר ַײנגײן אין אוֹהל‪-‬מוֹעד‪,‬‬
‫און אױסטאָן די ל ַײנענע קלײדער װאָס ער האָט אָנגעטאָן ב ַײ ז ַײן‬
‫אַר ַײנגײן אין הײליקטום‪ ,‬און ער זאָל זײ דאָרטן לאָזן‪ 24 .‬און ער זאָל‬
‫באָדן ז ַײן ל ַײב אין װאַסער אין אַ הײליקן אָרט‪ ,‬און אָנטאָן ז ַײנע‬
‫קלײדער‪ ,‬און אַרױסגײן‪ ,‬און מאַכן ז ַײן בראַנדאָפּפֿער און דאָס‬
   33   34   35   36   37   38   39   40   41   42   43