Page 42 - Vayikro
P. 42
ויקרא
10די שאַנד פֿון ד ַײן זונס טאָכטער ,אָדער פֿון ד ַײן טאָכטערס
טאָכטער – זײער שאַנד זאָלסטו ניט אַנטפּלעקן ,װאָרום ד ַײן שאַנד
ז ַײנען זײ.
11די שאַנד פֿון דער טאָכטער פֿון ד ַײן פֿאָטערס װ ַײב ,געבאָרן פֿון
ד ַײן פֿאָטער – זי איז ד ַײן שװעסטער ,זאָלסטו ניט אַנטפּלעקן איר
שאַנד.
12די שאַנד פֿון ד ַײן פֿאָטערס שװעסטער זאָלסטו ניט אַנטפּלעקן;
ד ַײן פֿאָטערס ל ַײבנאָנטע איז זי.
13די שאַנד פֿון ד ַײן מוטערס שװעסטער זאָלסטו ניט אַנטפּלעקן,
װאָרום ד ַײן מוטערס ל ַײבנאָנטע איז זי.
14די שאַנד פֿון ד ַײן פֿאָטערס ברודער זאָלסטו ניט אַנטפּלעקן :צו
ז ַײן װ ַײב זאָלסטו ניט גענענען; ד ַײן מומע איז זי.
15די שאַנד פֿון ד ַײן שנור זאָלסטו ניט אַנטפּלעקן; ד ַײן זונס װ ַײב
איז זי ,טאָרסטו ניט אַנטפּלעקן איר שאַנד.
16די שאַנד פֿון ד ַײן ברודערס װ ַײב זאָלסטו ניט אַנטפּלעקן; די שאַנד
פֿון ד ַײן ברודער איז דאָס.
17די שאַנד פֿון אַ פֿרױ מיט איר טאָכטער זאָלסטו ניט אַנטפּלעקן.
איר זונס טאָכטער ,אָדער איר טאָכטערס טאָכער ,זאָסלטו ניט
נעמען ,צו אַנטפּלעקן איר שאַנד; אירע ל ַײבנאָנטע ז ַײנען זײ ,איז
דאָס אַ שענדלעכקײט.
18און אַ פֿרױ צו איר שװעסטער זאָלסטו ניט נעמען צו ז ַײן אַ
מיטװ ַײב ,צו אַנטפּלעקן איר שאַנד לעבן יענער ב ַײ איר לעבן.
19און צו אַ פֿרױ אין דער אָפּזונדערונג פֿון איר אומרײנקײט זאָלסטו
ניט גענענען צו אַנטפּלעקן איר שאַנד.
20און מיט דער װ ַײב פֿון ד ַײן חבר זאָלסטו ניט האָבן אַ ב ַײשלאָף פֿון
זאָמען ,זיך צו פֿאַראומרײניקן מיט איר.