Page 37 - Vayikro
P. 37
ויקרא
32דאָס איז דער דין פֿון דעם פֿלוסיקן ,און פֿון דעם װאָס פֿון אים
גײט אַרױס אַ פֿלוס פֿון זאָמען ,צו װערן אומרײן דורך דעם; 33און
פֿון דער קראַנקער אין איר אָפּזונדערונג ,און פֿון דעם װאָס איז
פֿלוסיק מיט אַ פֿליסונג ,ס ַײ אַ מאַנספּאַרשוין ,און ס ַײ אַ פֿרױ; און
פֿון אַ מאַן װאָס װעט ליגן מיט אַן אומרײנער.
אַח ֵרי מוֹת
1און גאָט האָט גערעדט צו משהן נאָך דעם טױט פֿון
אַהרנס צװײ זין ,װען זײ האָבן גענענט פֿאַר גאָט ,און ז ַײנעןטז
געשטאָרבן; 2און גאָט האָט געזאָגט צו משהן :רעד צו ד ַײן ברודער
אַהרֹנען ,אַז ער זאָל ניט אַר ַײנגײן צו יעטװעדער צ ַײט אין הײליקטום
אינעװײניק פֿון ָפּרוֹ ֶכת ,פֿאַרן דעק װאָס איבערן אָרון ,כּדי ער זאָל
ניט שטאַרבן; װאָרום איך באַװ ַײז זיך אין װאָלקן איבערן דעק3 .
דערמיט זאָל אַהרן קומען אין הײליקטום :מיט אַ יונגן אָקס פֿאַר אַ
זינדאָפּפֿער ,און אַ װידער פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער 4 .אַ הײליק ל ַײנען
העמדל זאָל ער אָנטאָן ,און ל ַײנענע הױזן זאָלן ז ַײן אױף ז ַײן ל ַײב ,און
מיט אַ ל ַײנענעם גאַרטל זאָל ער זיך אַרומגורטן ,און מיט אַ ל ַײנענער
הױב זאָל ער זיך באַהױבן; הײליקע קלײדער ז ַײנען דאָס ,און ער זאָל
באָדן ז ַײן ל ַײב אין װאַסער ,און זײ אָנטאָן 5 .און פֿון דער עדה פֿון די
קינדער פֿון ישׂראל זאָל ער נעמען צװײ ציגנבעק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער,
און אײן װידער פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער 6 .און אַהרן זאָל מאַכן גענענען
דעם אָקס פֿון זינדאָפּפֿער װאָס פֿאַר אים ,און ער זאָל מ ַכפּר ז ַײן אױף
זיך און אױף ז ַײן הױזגעזינט 7 .און ער זאָל נעמען די צװײ בעק ,און
זײ אַװעקשטעלן פֿאַר גאָט ב ַײם א ַײנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד 8 .און
אַהרן זאָל אַרױפֿטאָן אױף בײדע בעק גוֹ ָרלות ,אײן גוֹרל פֿאַר יהוה,
און אײן גוֹרל פֿאַר ַעָזאזל 9 .און אַהרן זאָל מאַכן גענענען דעם באָק
װאָס אױף אים איז אַרױף דער גוֹרל פֿאַר יהוה ,און אים מאַכן פֿאַר אַ
זינדאָפּפֿער 10 .און דער באָק װאָס אױף אים איז אַרױף דער גוֹרל
פֿאַר ַעזאָזל ,זאָל אַװעקגעשטעלט װערן אַ לעבעדיקער פֿאַר גאָט,
מ ַכפּר צו ז ַײן איבער אים ,אים אַװעקצושיקן צו ַעזאָזל אין מדבר11 .
און אַהרן זאָל מאַכן גענענען דעם אָקס פֿון זינדאָפּפֿער װאָס פֿאַר
אים ,און מ ַכפּר ז ַײן אױף זיך און אױף ז ַײן הױזגעזינט; און ער זאָל
שעכטן דעם אָקס פֿון זינדאָפּפֿער װאָס פֿאַר אים 12 .און ער זאָל
נעמען אַ פולע פֿ ַײערפאַן פֿ ַײערקױלן פֿון דעם מזבח ,פֿון פֿאַר גאָט,