Page 35 - Vayikro
P. 35

‫ויקרא‬

‫קלײדער‪ ,‬און זיך באָדן אין װאַסער‪ ,‬און ז ַײן אומרײן ביזן אָװנט‪6 .‬‬
‫און דער װאָס זיצט אױף אַ זאַך װאָס דער פֿלוסיקער איז דערױף‬
‫געזעסן‪ ,‬זאָל װאַשן ז ַײנע קלײדער‪ ,‬און זיך באָדן אין װאַסער‪ ,‬און ז ַײן‬
‫אומרײן ביזן אָװנט‪ 7 .‬און דער װאָס רירט זיך אָן אָן דעם ל ַײב פֿון‬
‫פֿלוסיקן‪ ,‬זאָל װאַשן ז ַײנע קלײדער‪ ,‬און זיך באָדן אין װאַסער‪ ,‬און‬
‫ז ַײן אומרײן ביזן אָװנט‪ 8 .‬און אַז דער פֿלוסיקער װעט אַרױפֿשפּ ַײען‬
‫אױף אַ רײנעם‪ ,‬זאָל יענער װאַשן ז ַײנע קלײדער‪ ,‬און זיך באָדן אין‬
‫װאַסער‪ ,‬און ז ַײן אומרײן ביזן אָװנט‪ 9 .‬און יעטװעדער ר ַײטזאַך װאָס‬
‫דער פֿלוסיקער װעט ר ַײטן דערױף‪ ,‬זאָל ז ַײן אומרײן‪ 10 .‬און‬
‫איטלעכער װאָס רירט זיך אָן אָן װאָס נאָר עס איז געװען אונטער‬
‫אים‪ ,‬זאָל ז ַײן אומרײן ביזן אָװנט; און דער װאָס טראָגט עס‪ ,‬זאָל‬
‫װאַשן ז ַײנע קלײדער‪ ,‬און זיך באָדן אין װאַסער‪ ,‬און ז ַײן אומרײן ביזן‬
‫אָװנט‪ .‬און איטלעכער װאָס דער פֿלוסיקער װעט זיך אָן אים אָנרירן‪,‬‬
‫אַװוּ ער האָט ניט אָפּגעשװענקט ז ַײנע הענט אין װאַסער‪ ,‬זאָל װאַשן‬
‫ז ַײנע קלײדער‪ ,‬און זיך באָדן אין װאַסער‪ ,‬און ז ַײן אומרײן ביזן אָװנט‪.‬‬
‫‪ 12‬און אַ לײמענע כּלי װאָס דער פֿלוסיקער װעט זיך אָן איר אָנרירן‪,‬‬
‫זאָל צעבראָכן װערן; און יעטװעדער הילצערנע כּלי זאָל‬

                                      ‫אָפּגעשװענקט װערן אין װאַסער‪.‬‬

‫‪ 13‬און אַז דער פֿלוסיקער װעט רײן װערן פֿון ז ַײן פֿליסונג‪ ,‬זאָל ער‬
‫זיך צײלן זיבן טעג פֿון ז ַײן רײן װערן‪ ,‬און װאַשן ז ַײנע קלײדער‪ ,‬און‬
‫באָדן ז ַײן ל ַײב אין לעבעדיקע װאַסער‪ ,‬און ז ַײן רײן‪ 14 .‬און אױפֿן‬
‫אַכטן טאָג זאָל ער זיך נעמען צװײ טורטלטױבן‪ ,‬אָדער צװײ יונגע‬
‫טױבן‪ ,‬און ער זאָל קומען פֿאַר גאָט צום א ַײנגאַנג פֿון אוֹהל‪-‬מוֹעד‪,‬‬
‫און זײ געבן צום כֹּהן‪ 15 .‬און דער כֹּהן זאָל זײ מאַכן אײנע אַ‬
‫זינדאָפּפֿער‪ ,‬און אײנע אַ בראַנדאָפּפֿער‪ ,‬און דער כֹּהן זאָל מ ַכפּר ז ַײן‬

                            ‫אױף אים פֿאַר גאָט פֿון װעגן ז ַײן פֿליסונג‪.‬‬

‫‪ 16‬און אַ מאַן‪ ,‬אַז פֿון אים װעט אַרױסגײן אַ פֿלוס פֿון זאָמען‪ ,‬זאָל‬
‫ער באָדן אין װאַעסר ז ַײן גאַנצן ל ַײב‪ ,‬און ז ַײן אומרײן ביזן אָװנט‪17 .‬‬
‫און יעטװעדער בגד‪ ,‬און יעטװעדער פֿעל‪ ,‬װאָס דערױף װעט ז ַײן‬
‫פֿלוס פֿון זאָמען‪ ,‬זאָל געװאַשן װערן אין װאַסער‪ ,‬און ז ַײן אומרײן‬
‫ביזן אָװנט‪ 18 .‬און אַ פֿרױ‪ ,‬אַז אַ מאַן װעט ליגן מיט איר אַ ב ַײשלאָף‬
‫פֿון זאָמען‪ ,‬זאָלן זײ זיך באָדן אין װאַסער‪ ,‬און ז ַײן אומרײן ביזן‬

                                                                  ‫אָװנט‪.‬‬
   30   31   32   33   34   35   36   37   38   39   40