Page 32 - Vayikro
P. 32
ויקרא
אַרױפֿטאָן אױפֿן קאָפּ פֿון דעם װאָס רײניקט זיך; און דער כֹּהן זאָל
מ ַכפּר ז ַײן אױף אים פֿאַר גאָט 19 .און דער כֹּהן זאָל מאַכן דאָס
זינדאָפּפֿער ,און מ ַכפּר ז ַײן אױף דעם װאָס רײניקט זיך פֿון ז ַײן
אומרײניקײט; און דערנאָך זאָל ער שעכטן דאָס בראַנדאָפּפֿער20 .
און דער כֹּהן זאָל אױסברענגען דאָס בראַנדאָפּפֿער און דאָס
שפּ ַײזאָפּפֿער אױפֿן מזבח; און דער כֹּהן זאָל מ ַכפּר ז ַײן אױף אים ,און
ער װעט ז ַײן רײן.
21און אױב ער איז אָרים ,און ז ַײן האַנט פֿאַרמאָגט ניט ,זאָל ער
נעמען אײן שעפּס ,אַ שולדאָפּפֿער ,פֿאַר אַן אױפֿהײבונג ,מ ַכפּר צו
ז ַײן אױף אים ,און אײן צענטל זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל ,פֿאַר
אַ שפּ ַײזאָפּפֿער ,און אַ לוֹג אײל; 22און צװײ טורטלטױבן ,אָדער
צװײ יונגע טױבן ,לױט װי ז ַײן האַנט פֿאַרמאָגט; און אײנע זאָל ז ַײן אַ
זינדאָפּפֿער ,און אײנע אַ בראַנדאָפּפֿער 23 .און ער זאָל זײ ברענגען
אױפֿן אַכטן טאָג פֿון ז ַײן רײניקונג צום כֹּהן ,צום א ַײנגאַנג פֿון אוֹהל-
מוֹעד ,פֿאַר גאָט 24 .און דער כֹּהן זאָל נעמען דעם שעפּס פֿון
שולדאָפּפֿער ,און דעם לוֹג אײל ,און דער כֹּהן זאָל זײ אױפֿהײבן אַן
אױפֿהײבונג פֿאַר גאָט 25 .און ער זאָל שעכטן דעם שעפּס פֿון
שולדאָפּפֿער; און דער כֹּהן זאָל נעמען פֿון דעם בלוט פֿון
שולדאָפּפֿער ,און אַרױפֿטאָן אױפֿן רעכטן אױערלעפּל פֿון דעם װאָס
רײניקט זיך ,און אױפֿן דױמען פֿון ז ַײן רעכטער האַנט ,און אױפֿן
דױמען פֿון ז ַײן רעכטן פוס 26 .און פֿון דעם אײל זאָל דער כֹּהן
אַרױפֿגיסן אױף דער לינקער האַנטפֿלעך פֿון כֹּהן 27 .און דער כֹּהן
זאָל שפּריצן מיט ז ַײן רעכטן פינגער פֿון דעם אײל װאָס אױף ז ַײן
לינקער האַנטפֿלעך ,זיבן מאָל פֿאַר גאָט 28 .און דער כֹּהן זאָל
אַרױפֿטאָן פֿון דעם אײל װאָס אױף ז ַײן האַנטפֿלעך אױפֿן רעכטן
אױערלעפּל פֿון דעם װאָס רײניקט זיך ,און אױפֿן דױמען פֿון ז ַײן
רעכטער האַנט ,און אױפֿן דױמען פֿון ז ַײן רעכטן פוס ,אין דעם אָרט
פֿון דעם בלוט פֿון שולדאָפּפֿער 29 .און װאָס בל ַײבט איבער פֿון דעם
אײל װאָס אױף דעם כֹּהנס האַנטפֿלעך ,זאָל ער אַרױפֿטאָן אױפֿן קאָפּ
פֿון דעם װאָס רײניקט זיך ,מ ַכפּר צו ז ַײן אױף אים פֿאַר גאָט 30 .און
ער זאָל מאַכן אײנע פֿון די טורטלטױבן ,אָדער פֿון די יונגע טױבן –
פֿון װאָס ז ַײן האַנט פֿאַרמאָגט; 31אַזױ װי ז ַײן האַנט פֿאַרמאָגט –
אײנע פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער ,און אײנע פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער ,מיט דעם
שפּ ַײזאָפּפֿער; און דער כֹּהן זאָל מ ַכפּר ז ַײן אױף דעם װאָס רײניקט
זיך פֿאַר גאָט.