Page 28 - Vayikro
P. 28

‫ויקרא‬

‫װ ַײסע האָר איז אױפֿן פלעק ניטאָ‪ ,‬און עס איז ניט נידעריקער פֿון‬
‫דער הױט‪ ,‬און עס איז מאַט‪ ,‬זאָל אים דער כֹּהן א ַײנשליסן אױף זיבן‬
‫טעג‪ 27 .‬און דער כֹּהן זאָל אים באַקוקן אױפֿן זיבעטן טאָג; אױב‬
‫שפּרײטן האָט עס זיך פֿאַרשפּרײט אױף דער הױט‪ ,‬זאָל אים דער כֹּהן‬
‫מאַכן פֿאַר אומרײן; די פּלאָג פֿון צרעת איז דאָס‪ 28 .‬אױב אָבער דער‬
‫פֿלעק שטײט אױף ז ַײן אָרט‪ ,‬עס האָט זיך ניט פֿאַרשפּרײט אױף דער‬
‫הױט‪ ,‬און עס איז מאַט‪ ,‬איז דאָס אַ געשװילעכץ פֿון דעם ברען‪ ,‬און‬
‫דער כֹּהן זאָל אים מאַכן פֿאַר רײן; װאָרום דער צײכן פֿון דעם ברען‬

                                                               ‫איז דאָס‪.‬‬

‫‪ 29‬און אַ מאַן אָדער אַ פֿרױ‪ ,‬אַז ב ַײ זײ װעט ז ַײן אַן אױסשלאָג אױפֿן‬
‫קאָפּ אָדער אין באָרד‪ 30 ,‬און דער כֹּהן װעט באַקוקן דעם‬
‫אױסשלאָג‪ ,‬ערשט דאָס אױסזען דערפֿון איז טיפער פֿון דער הױט‪,‬‬
‫און דערױף איז געלע דינע האָר‪ ,‬זאָל דער כֹּהן אים מאַכן פֿאַר‬
‫אומרײן; שלעכטע קרעץ איז דאָס‪ ,‬צרעת פֿון קאָפּ אָדער פֿון באָרד‬
‫איז דאָס‪ 31 .‬און אַז דער כֹּהן װעט באַקוקן דעם אױסשלאָג פֿון די‬
‫שלעכטע קרעץ‪ ,‬ערשט ז ַײן אױסזען איז ניט טיפער פֿון דער הױט‪,‬‬
‫און שװאַרצע האָר איז דערױף ניטאָ‪ ,‬זאָל דער כֹּהן א ַײנשליסן דעם‬
‫װאָס האָט דעם אױסשלאָג פֿון די שלעכטע קרעץ‪ ,‬אױף זיבן טעג‪32 .‬‬
‫און אַז דער כֹּהן װעט באַקוקן דעם אױסשלאָג אױפֿן זיבעטן טאָג‪,‬‬
‫ערשט די שלעכטע קרעץ האָבן זיך ניט פֿאַרשפּרײט‪ ,‬און געלע האָר‬
‫איז דערױף ניטאָ‪ ,‬און דאָס אױסזען פֿון די שלעכטע קרעץ איז ניט‬
‫טיפער פֿון דער הױט‪ 33 ,‬זאָל ער זיך אָפּגאָלן‪ ,‬און די שלעכטע קרעץ‬
‫זאָל ער ניט אָפּגאָלן; און דער כֹּהן זאָל א ַײנשליסן דעם װאָס האָט די‬
‫שלעכטע קרעץ אַ צװײט מאָל אױף זיבן טעג‪ 34 .‬און אַז דער כֹּהן‬
‫װעט באַקוקן די שלעכטע קרעץ אױפֿן זיבעטן טאָג‪ ,‬ערשט די‬
‫שלעכטע קרעץ האָבן זיך ניט פֿאַרשפּרײט אױף דער הױט‪ ,‬און זײער‬
‫אױסזען איז ניט טיפער פֿון דער הױט‪ ,‬זאָל אים דער כֹּהן מאַכן פֿאַר‬
‫רײן; און ער זאָל װאַשן ז ַײנע קלײדער‪ ,‬און ז ַײן רײן‪ 35 .‬אױב אָבער‬
‫שפּרײטן װעלן זיך פֿאַרשפּרײטן די שלעכטע קרעץ אױף דער הױט‬
‫נאָך ז ַײן רײניקונג‪ 36 ,‬און דער כֹּהן װעט אים באַקוקן‪ ,‬ערשט די‬
‫שלעכטע קרעץ האָבן זיך פֿאַרשפּרײט אױף דער הױט‪ ,‬דאַרף דער כֹּהן‬
‫ניט זוכן קײן געלע האָר‪ :‬ער איז אומרײן‪ 37 .‬אױב אָבער די שלעכטע‬
‫קרעץ ז ַײנען געבליבן ב ַײ זײער אױסזען‪ ,‬און שװאַרצע האָר איז‬
‫אױסגעװאַקסן דערױף‪ ,‬ז ַײנען די שלעכטע קרעץ פֿאַרהײלט; ער איז‬

                           ‫רײן‪ ,‬און דער כֹּהן זאָל אים מאַכן פֿאַר רײן‪.‬‬
   23   24   25   26   27   28   29   30   31   32   33