Page 29 - Vayikro
P. 29
ויקרא
40און אַ מאַן ,אַז ז ַײן קאָפּ װעט אױסקריכן ,האָט ער אַ פּליך; ער איז
רײן 41 .און אױב ז ַײן קאָפּ װעט אױסקריכן צו דער ז ַײט פֿון ז ַײן פּנים,
האָט ער אַ פאָדערפּליך; ער איז רײן 42 .אױב אָבער אױף דעם
הינטערפּליך אָדער אױף דעם פאָדערפּליך װעט ז ַײן אַ רױטלעך
װ ַײסער אױסשלאָג ,איז דאָס אַ צרעת װאָס ברעכט אױס אױף ז ַײן
פאָדערפּליך אָדער אױף ז ַײן הינטערפּליך 43 .און אַז דער כֹּהן װעט
אים באַקוקן ,ערשט די געשװילעכץ פֿון דעם אױסשלאָג איז רױטלעך
װ ַײס אױף ז ַײן הינטערפּליך אָדער אױף ז ַײן פאָדערפּליך ,אַזױ װי דאָס
אױסזען פֿון צרעת אױף דער הױט פֿון ל ַײב 44 ,איז ער אַ מאַן אַ
מצוֹרע; אומרײן איז ער; פֿאַר אומרײן זאָל אים מאַכן דער כֹּהן; ער
האָט די פּלאָג אױף ז ַײן קאָפּ.
45און דער מצוֹרע װאָס די פּלאָג איז אױף אים ,ז ַײנע קלײדער זאָלן
ז ַײן צעריסן ,און ז ַײן קאָפּ זאָל ז ַײן פֿאַרװאַקסן ,און ז ַײן אױבערשטע
ליפּ זאָל ער פֿאַרדעקן ,און »טמא! טמא!« זאָל ער אױסרופֿן 46 .אַלע
טעג װאָס די פּלאָג איז אױף אים ,זאָל ער ז ַײן אומרײן; אומרײן איז
ער; אַלײן זאָל ער זיצן ,אױסן לאַגער זאָל ז ַײן ז ַײן װוינונג.
47און אַז די פּלאָג פֿון צרעת װעט ז ַײן אין אַ בגד ,אין אַ װאָלענעם
בגד ,אָדער אין אַ פֿלאַקסענעם בגד 48 ,אָדער אין גרונטװעב ,אָדער
אין דורכװאַרף ,פֿון פֿלאַקס ,צי פֿון װאָל ,אָדער אין אַ פֿעל ,אָדער אין
װאָסער עס איז אַרבעט פֿון פֿעל; 49אן דער אױסשלאָג װעט ז ַײן
גרינלעך אָדער רױטלעך אין דעם בגד ,אָדער אין דעם פֿעל ,אָדער אין
דעם גרונטװעב ,אָדער אין דעם דורכװאַרף ,אָדער אין װאָסער עס
איז זאַך פֿון פֿעל ,איז דאָס די פּלאָג פֿון צרעת ,און עס זאָל באַװיזן
װערן צום כֹּהן 50 .און אַז דער כֹּהן װעט באַקוקן דעם אױסשלאָג,
זאָל ער א ַײנשליסן דאָס װאָס האָט דעם אױסשלאָג ,אױף זיבן טעג.
51און אַז ער װעט זען דעם אוסישלאָג אױפֿן זיבעטן טאָג ,אַז דער
אױסשלאָג האָט זיך פֿאַרשפּרײט אין דעם בגד ,אָדער אין דעם
גרונטװעב ,אָדער אין דעם דורכװאַרף ,אָדער אין דעם פֿעל – װאָס
נאָר פֿאַר אַן אַרבעט עס איז געמאַכט פֿון פֿעל – איז דער אױסשלאָג
אַן עסיקע צרעת; אומרײן איז ער 52 .און מע זאָל פֿאַרברענען דעם
בגד ,אָדער דעם גרונטװעב ,אָדער דעם דורכװאַרף ,פֿון װאָל צי פֿון
פֿלאַקס ,אָדער װאָס נאָר פֿאַר אַ זאַך פֿון פֿעל װאָס דער אױסשלאָג
װעט ז ַײן דערין; װאָרום אַן עסיקע צרעת איז דאָס; אין פֿ ַײער מוז
עס פֿאַרברענט װערן 53 .אױב אָבער דער כֹּהן װעט זען ,ערשט דער