Page 24 - Vayikro
P. 24
ויקרא
איטלעכער װאָס רירט זיך אָן זײ אָן װען זײ ז ַײנען טױט ,זאָל ז ַײן
אומרײן ביזן אָװנט 32 .און אַלץ װאָס עפּעס פֿון זײ װעט פאַלן
דערױף װען זײ ז ַײנען טױט ,זאָל װערן אומרײן ,ס ַײ װאָסער עס איז
הילצערנע כּלי ,אָדער אַ בגד ,אָדער אַ פֿעל ,אָדער אַ זאַק ,איטלעכע
כּלי װאָס דערמיט װערט געטאָן אַרבעט ,זאָל אַר ַײנגעטאָן װערן אין
װאַסער ,און ז ַײן אומרײן ביזן אָװנט ,און װערן רײן 33 .און איטלעכע
לײמענע כּלי װאָס אין איר װעט אַר ַײנפאַלן עפּעס פֿון זײ ,זאָל אַלץ
װאָס אין איר װערן אומרײן ,און זי זאָלט איר צעברעכן 34 .איטלעך
עסנװאַרג דערין װאָס װערט געגעסן ,װאָס דערױף איז געקומען
װאַסער ,זאָל װערן אומרײן; און יעטװעדער געטראַנק װאָס װערט
געטרונקען אין אַלע אַזעלכע כּלים ,זאָל װערן אומרײן 35 .און אַלץ
װאָס עפּעס פֿון זײער נבֿלה װעט פאַלן דערױף ,זאָל װערן אומרײן;
אױב אַ באַקאױװן אָדער אַ קאָכאױװן ,זאָל עס צעבראָכן װערן;
אומרײן ז ַײנען זײ ,און אומרײן זאָלן זײ א ַײך ז ַײן 36 .אָבער
אַ קװאַל אָדער אַ גרוב װוּ װאַסער איז א ַײנגעזאַמלט ,זאָל בל ַײבן
רײן; נאָר דער װאָס רירט זיך אָן אָן זײער נבֿלה ,זאָל װערן אומרײן.
37און אױב פֿון זײער נבֿלה װעט פאַלן אױף װאָסער עס איז זאָמען
פֿון זריעה װאָס װערט געזײט ,איז ער רײן 38 .אױב אָבער אױפֿן
זאָמען איז אַרױפֿגעטאָן געװאָרן װאַסער ,און עפּעס פֿון זײער נבֿלה
װעט פאַלן דערױף ,איז ער אומרײן פֿאַר א ַײך.
39און אַז אײנע פֿון די בהמות װאָס ז ַײנען פֿאַר א ַײך צום עסן װעט
אַװעקפאַלן ,זאָל דער װאָס רירט זיך אָן אָן איר נבֿלה ,ז ַײן אומרײן
ביזן אָװנט 40 .און דער װאָס עסט פֿון איר נבֿלה ,זאָל װאַשן ז ַײנע
קלײדער ,און ז ַײן אומרײן ביזן אָװנט; און דער װאָס טראָגט איר
נבֿלה ,זאָל װאַשן ז ַײנע קלײדער ,און ז ַײן אומרײן ביזן אָװנט 41 .און
יעטװעדער שרץ װאָס קריכט אױף דער ערד ,איז אַן אומװערדיקײט;
ער זאָל ניט געגעסן װערן 42 .אַלץ װאָס גײט אױפֿן בױך ,און אַלץ
װאָס גײט אױף פיר ,און אַלץ װאָס איז פֿילפֿיסיק ,אַלע שרצים װאָס
קריכן אױף דער ערד ,זײ זאָלט איר ניט עסן ,װאָרום אַן
אומװערדיקײט ז ַײנען זײ 43 .איר זאָלט ניט פֿאַראומװערדיקן א ַײער
זעל מיט קײן שרץ װאָס קריכט ,און איר זאָלט זיך ניט
פֿאַראומרײניקן מיט זײ ,און װערן אומרײן דורך זײ 44 .װאָרום איך
בין יהוה א ַײער גאָט ,און איר זאָלט זיך הײליקן און ז ַײן הײליק,
װאָרום איך בין הײליק; און איר זאָלט ניט פֿאַראומרײניקן א ַײער זעל
מיט קײן שרץ װאָס װידמענט זיך אױף דער ערד 45 .װאָרום איך בין