Page 23 - Vayikro
P. 23

‫ויקרא‬

‫דעם בײנברעכער‪ ,‬און דעם שװאַרצאָדלער; ‪ 14‬און די װײ‪ ,‬און דעם‬
‫פֿאַלקפֿױגל לױט ז ַײנע מינים; ‪ 15‬יעטװעדער ראָב לױט ז ַײנע מינים;‬
‫‪ 16‬און דעם שטרױספֿױגל‪ ,‬און דעם נאַכטשפּאַרבער‪ ,‬און דעם ים‪-‬‬
‫פֿױגל‪ ,‬און דעם שפּאַרבער לױט ז ַײנע מינים; ‪ 17‬און די א ַײל‪ ,‬און‬
‫דעם פֿישפֿרעסער‪ ,‬און די שטאָקא ַײל; ‪ 18‬און דעם אוהו‪ ,‬און דעם‬
‫פּעליקאַן‪ ,‬און דעם ג ַײער; ‪ 19‬און דעם שטאָרך‪ ,‬דעם בושל לױט ז ַײנע‬

                      ‫מינים‪ ,‬און דעם אױערהאָן‪ ,‬און די פֿלעדערמױז‪.‬‬

‫‪ 20‬און יעטװעדער געפֿליגלטע װידעמנונג װאָס גײט אױף פיר‪ ,‬זי איז‬
‫אַן אומװערדיקײט פֿאַר א ַײך‪ 21 .‬אָבער דאָס מעגט איר עסן פֿון אַלע‬
‫געפֿליגלטע װידמענונגען װאָס גײען אױף פֿיר‪ :‬דאָס װאָס האָט‬
‫געלענקען איבער ז ַײנע פֿיס‪ ,‬צו שפּרינגען מיט זײ אױף דער ערד‪22 .‬‬
‫די דאָזיקע פֿון זײ מעגט איר עסן‪ :‬דעם הײשעריק לױט ז ַײנע מינים‪,‬‬
‫און דעם גראָזפֿרעסער לױט ז ַײנע מינים‪ ,‬און דעם שפּרינגהײשעריק‬
‫לױט ז ַײנע מינים‪ ,‬און דעם גריל לױט ז ַײנע מינים‪ 23 .‬אָבער‬
‫יעטװעדער אַנדערע געפֿליגלטע װידמענונג װאָס האָט פֿיר פֿיס‪ ,‬זי‬

                                      ‫איז אַן אומװערדיקײט פֿאַר א ַײך‪.‬‬

‫‪ 24‬און פֿון די דאָזיקע װעט איר װערן אומרײן; איטלעכער װאָס רירט‬
‫זיך אָן אָן זײער נבֿלה‪ ,‬זאָל ז ַײן אומרײן ביזן אָװנט‪ 25 .‬און איטלעכער‬
‫װאָס טראָגט עפּעס פֿון זײער נבֿלה‪ ,‬זאָל װאַשן ז ַײנע קלײדער‪ ,‬און‬
‫ז ַײן אומרײן ביזן אָװנט‪ 26 .‬איטלעכער בהמה װאָס איז באַקלױט מיט‬
‫קלױען‪ ,‬אָבער דורכגעשפּאָלטן ז ַײנען זײ ניט דורכגעשפּאָלטן ב ַײ איר‪,‬‬
‫אָדער זי איז ניט ַמ ֲע ֵלה‪ֵ-‬ג ֶרה‪ ,‬זײ ז ַײנען אומרײן פֿאַר א ַײך; איטלעכער‬
‫װאָס רירט זיך אָן זײ אָן‪ ,‬זאָל װערן אומרײן‪ 27 .‬און אַלע װאָס גײען‬
‫אױף זײערע לאַפּעס‪ ,‬צװישן אַלע חיות װאָס גײען אױף פֿיר‪ ,‬זײ ז ַײנען‬
‫אומרײן פֿאַר א ַײך; איטלעכער װאָס רירט זיך אָן אָן זײער נבֿלה‪ ,‬זאָל‬
‫ז ַײן אומרײן ביזן אָװנט‪ 28 .‬און דער װאָס טראָגט זײער נבֿלה‪ ,‬זאָל‬
‫װאַשן ז ַײנע קלײדער‪ ,‬און ז ַײן אומרײן ביזן אָװנט; אומרײן ז ַײנען זײ‬

                                                              ‫פֿאַר א ַײך‪.‬‬

‫‪ 29‬און דאָס איז װאָס איז אומרײן פֿאַר א ַײך צװישן די שרצים װאָס‬
‫קריכן אױף דער ערד; דאָס װיזעלע‪ ,‬און די מױז‪ ,‬און די שילדקרעט‬
‫לױט אירע מינים; ‪ 30‬און די גראָבמױז‪ ,‬און דער לאַנדקראָקאָדיל‪ ,‬און‬
‫דער עקדעש‪ ,‬און דער זאַמדעקדעש‪ ,‬און דער כאַמעלעאָן‪ 31 .‬דאָס‬
‫ז ַײנען די װאָס ז ַײנען אומרײן פֿאַר א ַײך צװישן אַלע שרצים;‬
   18   19   20   21   22   23   24   25   26   27   28