Page 18 - Vayikro
P. 18
ויקרא
אױף ז ַײנע זין און אױף ז ַײנע זינס קלײדער מיט אים ,און געהײליקט
אַהרֹנען ,ז ַײנע קלײדער ,און ז ַײנע זין און ז ַײנע זינס קלײדער מיט
אים 31 .און משה האָט געזאָגט צו אַהרֹנען און צו ז ַײנע זין :קאָכט
דאָס פֿלײש ב ַײם א ַײנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד ,און דאָרטן זאָלט איר עס
עסן ,מיט דעם ברױט װאָס אין דעם קאָרב פֿון דערפֿילונג ,לױט װי
איך האָב באַפֿױלן ,אַזױ צו זאָגן :אַהרן און ז ַײנע זין זאָלן עס עסן32 .
און װאָס בל ַײבט פֿון דעם פֿלײש און פֿון דעם ברױט ,זאָלט איר אין
פֿ ַײער פֿאַרברענען 33 .און פֿון דעם א ַײנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד זאָלט
איר ניט אַרױסגײן זיבן טעג ,ביז דעם טאָג װאָס די טעג פֿון א ַײער
דערפֿילונג װערן פול; װאָרום זיבן טעג װעט מען דערפֿילן א ַײער
האַנט 34 .אַזױ װי מע האָט געטאָן ה ַײנטיקן טאָג ,האָט גאָט באַפֿױלן
צו טאָן ,כּדי מ ַכפּר צו ז ַײן אױף א ַײך 35 .און אין דעם א ַײנגאַנג פֿון
אוֹהל-מוֹעד זאָלט איר בל ַײבן טאָג און נאַכט זיבן טעג ,און היטן די
היטונג פֿון גאָט ,כּדי איר זאָלט ניט שטאַרבן; װאָרום אַזױ בין איך
באַפֿױלן געװאָרן.
36און אַהרן און ז ַײנע זין האָבן געטאָן אַלע זאַכן װאָס גאָט האָט
באַפֿױלן דורך משהן.
ְש ִמי ִני
1און עס איז געװען אױפֿן אַכטן טאָג ,האָט משה גערופֿן
אַהרֹנען ,און ז ַײנע זין ,און די עלטסטע פֿון ישׂראל 2 .און ערט
האָט געזאָגט צו אַהרֹנען :נעם דיר אַ קאַלב ,אַ יונג רינד ,פֿאַר אַ
זינדאָפּפֿער ,און אַ װידער פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער ,אָן אַ פֿעלער ,און ז ַײ
מקריבֿ פֿאַר גאָט 3 .און צו די קינדער פֿון ישׂראל זאָלסטו רעדן ,אַזױ
צו זאָגן :נעמט אַ ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער; און אַ קאַלב און אַ
שעפּס ,יאָריקע אָן אַ פֿעלער ,פֿאַר בראַנדאָפּפֿער; 4און אַן אָקס און
אַ װידער פֿאַר פֿרידאָפּפֿער ,צו שלאַכטן פֿאַר גאָט; און אַ
שפּ ַײזאָפּפֿער פֿאַרמישט מיט אײל; װאָרום ה ַײנט טוט זיך גאָט
באַװ ַײזן צו א ַײך.
5האָבן זײ געבראַכט װאָס משה האָט באַפֿױלן פֿאַרן אוֹהל-מוֹעד ,און
די גאַנצע עדה האָט גענענט ,און זיך געשטעלט פֿאַר גאָט 6 .און
משה האָט געזאָגט :דאָס איז די זאַך װאָס גאָט האָט באַפֿױלן איר
זאָלט טאָן ,כּדי די פּראַכט פֿון גאָט זאָל זיך באַװ ַײזן צו א ַײך 7 .און