Page 15 - Vayikro
P. 15

‫ויקרא‬

‫פֿון אַ בהמה‪ 27 .‬איטלעכער מענטש װאָס װעט עסן װאָסער עס איז‬
                 ‫בלוט‪ ,‬יענע זעל זאָל פֿאַרשניטן װערן פֿון איר פֿאָלק‪.‬‬

‫‪ 28‬און גאָט האָט גערעדט צו משהן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ 29 :‬רעד צו די‬
                                     ‫קינדער פֿון ישׂראל‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪:‬‬

‫דער װאָס איז מקריבֿ ז ַײן פֿרידאָפּפֿער צו גאָט‪ ,‬ער זאָל ברענגען ז ַײן‬
‫ָקרבן צו גאָט פֿון ז ַײן פֿרידאָפּפֿער‪ 30 .‬ז ַײנע הענט זאָלן ברענגען די‬
‫פֿ ַײעראָפּפֿער פֿון גאָט; דאָס פֿעטס מיט דער ברוסט זאָל ער ברענגען;‬
‫די ברוסט‪ ,‬כּדי זי אױפֿצוהײבן אַן אױפֿהײבונג צו גאָט‪ 31 .‬און דער‬
‫כֹּהן זאָל דעמפֿן דאָס פֿעטס אױפֿן מזבח‪ ,‬און די ברוסט זאָל געהערן‬
‫צו אַהרֹנען און צו ז ַײנע קינדער‪ 32 .‬און דעם רעכטן שענקל זאָלט‬
‫איר געבן אַן אָפּשײדונג צום כֹּהן פֿון א ַײערע פֿרידאָפּפֿער‪ 33 .‬דער‬
‫פֿון די קינדער פֿון אַהרן װאָס איז מקריבֿ דאָס בלוט פֿון דעם‬
‫פֿרידאָפּפֿער און דאָס פֿעטס‪ ,‬צו אים זאָל געהערן דער רעכטער‬
‫שענקל פֿאַר אַ חלק‪ 34 .‬װאָרום די ברוסט פֿון אױפֿהײבונג און דעם‬
‫שענקל פֿון אָפּשײדונג האָב איך גענומען פֿון די קינדער פֿון ישׂראל‪,‬‬
‫פֿון זײערע פֿרידאָפּפֿער‪ ,‬און האָב זײ געגעבן צו אַהרן דעם כֹּהן און‬

  ‫צו ז ַײנע קינדער‪ ,‬פֿאַר אַן אײביקן רעכט‪ ,‬פֿון די קינדער פֿון ישׂראל‪.‬‬

‫‪ 35‬דאָס איז דער טײל פֿון אַהרֹנען‪ ,‬און דער טײל פֿון ז ַײנע קינדער‪,‬‬
‫פֿון די פֿ ַײעראָפּפֿער פֿון גאָט‪ ,‬אין דעם טאָג װאָס מע האָט זײ‬
‫געמאַכט גענענען צו ז ַײן כֹּהנים צו גאָט; ‪ 36‬װאָס גאָט האָט באַפֿױלן‬
‫זײ צו געבן פֿון די קינדער פֿון ישׂראל‪ ,‬אין דעם טאָג װאָס מע האָט‬

               ‫זײ געזאַלבט; אַן אײביק רעכט אױף זײערע דוֹר‪-‬דוֹרות‪.‬‬

‫‪ 37‬דאָס איז דער דין פֿאַרן בראַנדאָפּפֿער‪ ,‬פֿאַרן שפּ ַײזאָפּפֿער‪ ,‬און‬
‫פֿאַרן זינדאָפּפֿער‪ ,‬און פֿאַרן שולדאָפּפֿער‪ ,‬און פֿאַרן ָקרבן פֿון‬
‫דערפֿילונג‪ ,‬און פֿאַרן פֿרידאָפּפֿער; ‪ 38‬װאָס גאָט האָט באַפֿױלן משהן‬
‫אױפֿן באַרג סיַני‪ ,‬אין דעם טאָג װאָס ער האָט באַפֿױלן די קינדער פֿון‬

        ‫ישׂראל מקריבֿ צו ז ַײן זײערע קרבנות צו גאָט‪ ,‬אין מדבר סיַני‪.‬‬

‫‪ 1‬און גאָט האָט גערעדט צו משהן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ 2 :‬נעם‬

‫אַהרֹנען און ז ַײנע זין מיט אים‪ ,‬און די קלײדער‪ ,‬און דאָס אײלח‬

‫פֿון זאַלבונג‪ ,‬און דעם אָקס פֿון זינדאָפּפֿער‪ ,‬און די צװײ װידערס‪ ,‬און‬
   10   11   12   13   14   15   16   17   18   19   20