Page 12 - Vayikro
P. 12
ויקרא
שפּ ַײזאָפּפֿער ,און פֿון ז ַײן אײל ,און דעם גאַנצן װ ַײרױך װאָס אױפֿן
שפּ ַײזאָפּפֿער; און ער זאָל דעמפֿן ז ַײן דערמאָנונג אױפֿן מזבח פֿאַר אַ
געשמאַקן ריח צו גאָט 9 .און דאָס איבעריקע פֿון אים זאָלן עסן
אַהרן און ז ַײנע זין; אומגעז ַײערט זאָל עס געגעסן װערן ,אין אַ
הײליקן אָרט; אין הױף פֿון אוֹהל-מוֹעד זאָלן זײ עס עסן 10 .עס זאָל
ניט געבאַקט װערן געז ַײערט .פֿאַר זײער חלק האָב איך דאָס זײ
געגעבן פֿון מ ַײנע פֿ ַײעראָפּפֿער; אַ הײליקסטע הײליקײט איז דאָס,
אַזױ װי דאָס זינדאָפּפֿער ,און אַזױ װי דאָס שולדאָפּפֿער11 .
יעטװעדער מאַנספּאַרשױן צװישן די קינדער פֿון אַהרן מעג עס עסן;
אַן אײביק רעכט אױף א ַײערע דוֹר-דוֹרות פֿון די פֿ ַײעראָפּפֿער פֿון
גאָט; אַלץ װאָס װעט זיך אָנרירן אָן דעם זאָל װערן הײליק.
12און גאָט האָט גערעדט צו משהן ,אַזױ צו זאָגן 13 :דאָס איז דער
ָקרבן פֿון אַהרֹנען און ז ַײנע זין ,װאָס זײ זאָלן מקריבֿ ז ַײן צו גאָט אין
דעם טאָג װאָס ער װערט געזאַלבט :אַ צענטל ֵאיפֿה זעמלמעל פֿאַר
אַ שפּ ַײזאָפּפֿער תּמיד ,אַ העלפֿט דערפֿון אין דער פֿרי ,און אַ העלפֿט
דערפֿון אין אָװנט 14 .אױף אַ באַקפֿאַן ,מיט אײל ,זאָל עס געמאַכט
װערן; גוט דורכגעשלאָגן זאָלסטו עס ברענגען; אַ געבאַקט
שפּ ַײזאָפּפֿער אין בראָקן זאָלסטו עס מקריבֿ ז ַײן פֿאַר אַ געשמאַקן
ריח צו גאָט 15 .און דער כֹּהן װאָס איז דער געזאַלבטער אױף ז ַײן
אָרט פֿון צװישן ז ַײנע זין ,זאָל עס מאַכן; אַן אײביק געזעץ; אין גאַנצן
צו גאָט זאָל עס געדעמפֿט װערן 16 .און יעטװעדער שפּ ַײזאָפּפֿער פֿון
אַ כֹּהן זאָל אין גאַנצן פֿאַרברענט װערן; עס זאָל ניט געגעסן װערן.
17און גאָט האָט גערעדט צו משהן ,אַזױ צו זאָגן 18 :רעד צו
אַהרֹנען און צו ז ַײנע זין ,אַזױ צו זאָגן:
דאָס איז דער דין פֿון דעם זינדאָפּפֿער :אין דעם אָרט װוּ דאָס
בראַנדאָפּפֿער װערט געשאָכטן ,זאָל געשאָכטן װערן דאָס זינדאָפּפֿער
פֿאַר גאָט; אַ הײליקסטע הײליקײט איז דאָס 19 .דער כֹּהן װאָס
ברענגט עס אױף פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער זאָל עס עסן; אין אַ הײליקן
אָרט זאָל עס געגעסן װערן ,אין הױף פֿון אוֹהל-מוֹעד 20 .אַלץ װאָס
װעט זיך אָנרירן אָן ז ַײן פֿלײש ,זאָל װערן הײליק; און אױב עס װעט
אַרױפֿשפּריצן פֿון ז ַײן בלוט אױף אַ בגד ,זאָלסטו דאָס אױף װאָס עס
װעט אַרױפֿשפּריצן ,װאַשן אין אַ הײליקן אָרט 21 .און די לײמענע
כּלי װאָס עס װערט געקאָכט װערן דערין ,זאָל צעבראָכן װערן; און