Page 7 - Vayikro
P. 7
ויקרא
פֿאַרברענען אױף האָלץ אין פֿ ַײער; װוּ מע שיט אױס די אַש זאָל ער
פֿאַרברענט װערן.
13און אױב די גאַנצע עדה פֿון ישׂראל װעט פֿאַרזען ,װ ַײל אַ זאַך
װעט ז ַײן פֿאַרהױלן פֿון די אױגן פֿון קהל ,און זײ װעלן טאָן אײנע פֿון
אַלע פֿאַרבאָטזאַכן פֿון גאָט װאָס טאָרן ניט געטאָן װערן ,און װעלן
זיך פֿאַרשולדיקן 14 ,און זײ װעט באַװוּסט װערן די זינד װאָס זײ
האָבן זיך דערמיט פֿאַרזינדיקט ,זאָל קהל ברענגען אַ יונגן אָקס פֿאַר
אַ זינדאָפּפֿער ,און זײ זאָלן אים צוברענגען פֿאַרן אוֹהל-מוֹעד 15 .און
די עלטסטע פֿון דער עדה זאָלן אָנלענען זײערע הענט אױפֿן קאָפּ פֿון
אָקס פֿאַר גאָט ,און מע זאָל שעכטן דעם אָקס פֿאַר גאָט 16 .און דער
געזאַלבטער כֹּהן זאָל ברענגען פֿון דעם בלוט פֿון אָקס צום אוֹהל-
מוֹעד 17 .און דער כֹּהן זאָל א ַײנטונקען ז ַײן פינגער אין דעם בלוט,
און שפּריצן זיבן מאָל פֿאַר גאָט ,פאָרנט פֿון ָפּרוֹ ֶכת 18 .און ער זאָל
אַרױפֿטאָן פֿון דעם בלוט אױף די הערנער פֿון דעם מזבח װאָס פֿאַר
גאָט ,װאָס אין אוֹהל-מוֹעד ,און דאָס גאַנצע בלוט זאָל ער אױסגיסן
אָן גרונט פֿון דעם מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער װאָס ב ַײם א ַײנגאַנג פֿון
אוֹהל-מוֹעד 19 .און דאָס גאַנצע פֿעטס ז ַײנס זאָל ער אַראָפּנעמען פֿון
אים ,און דעמפֿן אױפֿן מזבח 20 .און ער זאָל טאָן מיט דעם אָקס,
אַזױ װי ער האָט געטאָן מיט דעם אָקס פֿון זינדאָפּפֿער; גענױ אַזױ
זאָל ער טאָן מיט אים; און דער כֹּהן זאָל מ ַכפּר ז ַײן אױף זײ ,און זײ
װעט פֿאַרגעבן װערן 21 .און ער זאָל אַרױסטראָגן דעם אָקס אױסן
לאַגער ,און אים פֿאַרברענען ,אַזױ װי ער האָט פֿאַרברענט דעם
פֿריערדיקן אָקס; אַ זינדאָפּפֿער פֿאַר קהל איז דאָס.
22אַז אַ פֿירשט װעט זינדיקן ,און װעט טאָן דורך אַ פֿאַרזע אײנע פֿון
אַלע פֿאַרבאָטזאַכן פֿון יהוה ז ַײן גאָט װאָס טאָרן ניט געטאָן װערן,
און װעט זיך פֿאַרשולדיקן; 23אױב אים װערט באַװוּסט ז ַײן זינד
װאָס ער האָט זיך דערין פֿאַרזינדיקט ,זאָל ער ברענגען פֿאַר ז ַײן ָקרבן
אַ ציגנבאָק ,אַ ָזכר אָן אַ פֿעלער 24 .און ער זאָל אָנלענען ז ַײן האַנט
אױפֿן קאָפּ פֿון באָק ,און אים שעכטן אין דעם אָרט װוּ מע שעכט
דאָס בראַנדאָפּפֿער פֿאַר גאָט; אַ זינדאָפּפֿער איז דאָס 25 .און דער
כֹּהן זאָל נעמען פֿון דעם בלוט פֿון זינדאָפּפֿער מיט ז ַײן פינגער ,און
אַרױפֿטאָן אױף די הערנער פֿון דעם מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער; און
דאָס איבעריקע בלוט ז ַײנס זאָל ער אױסגיסן אָן גרונט פֿון דעם
מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער 26 .און דאָס גאַנצע פֿעטס ז ַײנס זאָל ער